בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

התעוררות לתשובה אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/2/2005 22:32 לינק ישיר 
התעוררות לתשובה אין קרית יואל

היינט מיטאג האט קהל יטב לב אין קרית יואל ארומגעהאנגען מודעות אז אי"ה פרייטאג צופרי וועלן זיך צוזאמקומען כל תושבי העיר אויסצוזאגן גאנץ תהילים באשמורת הבוקר בשעה 5:00 אזייגער, לרגל די שרעקליכע אומגליקן וואס מען הערט לעצטענס.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 02:55 לינק ישיר 

קיינער וועט נישט בלייבען שלאפען?

שווער צו גלייבען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 03:01 לינק ישיר 

ס'איז א שאד יעדעס ווארט, פינטל. דעם אייבערשטן קען מען נישט אונטערקויפן מיט אביסל תהלים, בשעת מחלוקת ווערט צושפרייט אין אלע גאסן ואין פוצה פה ומצפצף.

איך האב אמאל געליינט אין די מעלות אן ארטיקל וואס ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער. (פון א. כ"ץ). שרייבט ער דארטן אזוי, אמאל זענען עטליכע חבר'טעס זיך צוזאמענגעקומען נאכדעם וואס א חבר'טע איז נעבעך אוועק יונגערהייט, און זיי האבן אריינגעטראכט וואס מ'דארף מתקן זיין, און למה עשה ה' ככה? ביז זיי זענען ארויפגעקומען מיט א המצאה אז זיי גייען צינדן ליכט עש"ק פון היינט און ווייטער א האלבע שעה פריער!

פרעגט ער דארטן ווייטער, קען מען דען זאגן אז דאס האט השי"ת געוואלט? אדער ער האט געוואלט גאר צניעות, קדושה אדער לשון הרע און אנדערע הארבע ענינים, נאר כדי צו בארואיגן די אייגענע געוויסן אז מ'האט שוין עפעס געטון פארן אויבערשטן און יוצא געווען, נעמט מען אויף זיך א חומרא פון אונטער די ערד. אודאי איז עס חשוב ביי הקב"ה, אבער צי וועט דען דאס אפשטעלן דעם חרון אף?

לענינינו, מיר האבן נישט היינט קיין אורים ותומים אדער בעלי רוח הקודש וואס זאלן קענען קלאר אנטייטלען אויף וועלכע עבירות הקב"ה באשטראפט אונז, אבער מ'דארף זיין א גרויסער נאר נישט צו זעהן אז מחלוקת שפילט א גרויסע ראלע אין דעם!

גייט מען זאגן תהלים? דאס איז טובל ושרץ בידו!

אויב גייט איר זאגן תהלים, איז עס צוליב שובבי"ם מתקן צו זיין וואס מ'האט פארדארבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 04:41 לינק ישיר 

אה הא, שטארקע ווערטער.

מורא'דיג אמת'דיג, און צום פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 05:48 לינק ישיר 

שמעק טאבעק
ביזט קלאר נישט גערעכט איך בארעכטיג נישט מחלוקת נאר מחלוקת איז אייביג געווען צווישן אידן, טריי צי טרעפן א
דור אן מחלוקות צווישן אידן אין נאכמער די אמאליגע מחלוקת האט מען זיך אסאך מער שאדן אפגעטין איינער פארן
צווייטן ווי האנט מיט מסירות תפוסה וכדומה, אין ציזאגן ווייל עס איז דא מחלוקת איז טובל ושרץ בידו אין מען זאל
נישט זאגן תהילים??
די זאגסט יעדן טאג קרוב ה "לכל" קוראיו?
די קענסט די טייטש אויף כי הלל רשע על תעות נפשו?
דער אייבירשטער ווארט אויף אידישע תפילות אין סיי ווי אזוי מען זעט נאר אויס דארף מען לויפן אין ביהמ"ד
מתפלל זיין סיי ווי נאר ק"י, וומסב"ג, בארא פארק,מאנסי.

והן קל כביר לא ימעס

תוקן על ידי - getme - 03/02/2005 5:51:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > התעוררות לתשובה אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext