בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א בקשה פון א JNET עסקן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2005 01:07 לינק ישיר 
א בקשה פון א JNET עסקן

ווי באקאנט איז אונזער פירמע מחוייב צו פארשטעלן כל מיני זוהמה ד.ה. שמוץ לשמה - פארנאגאפישע סייטס.

עס איז איין אנגיינעדיגע מערכה מיט די שמוץ פעדלער. וועלכע איז א מולטי ביליאן דאלער אינדוסטרי.

דערפאר זענען די SOFTWARE פילטערס נישט אזוי מצליח ווייל די שמוץ סוחרים קומען ארויף כסדר מיט נייע טריקס.

מיר האבן ב"ה פארשידענע אופנים ווי נאכצוגיין די דאזיגע סייטס. און זיי בלאקן - פארשטעלן ביי דעם I.P.LEVEL. עס רעדט זיך פון מיליאנען סייטס! פון דעסוועגן דאך, קען נעמען א משך זמן פון ווען א נייע סייט קומט ארויס ביז מיר כאפען עס.

על כן ווענדן זיך מיר צו אלע חברי הפארק וועלכע נוצען JNET, אז אויב זיי ווערען געוואהר פון עפעס א פירצה אין די "וואנט", דהיינו זיי טרעפען עפעס א סייט, אדער אפילו א SEARCH ENGINE דורך וואס מקען צו קומען צו פארנאגרפיע, אדער צו DATING סייטס. זאלען זיי מוחל זיין און אריין שיקן צו אונז דעם וועב אדררעסס אין תיבה אישית. ויתוקנו הדברים בהקדם האפשרי.

נ"ב . איך רעדט פון לעוועל 1, ווי עס זענען פארשטעלט נאר פארנאגראפי און DATING. נישט פון אנדערע לעוועלס וואס רייניגן מערערע זאכן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2005 02:51 לינק ישיר 

לכבוד העסקן J-net שליט"א.

איך האב געשיקט יעצט א סייט וואס דארף ווען זיין Blocked
לכל הדעות דורעכן Feedback פון thejnet.com



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2005 22:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א בריף פון באבאווער דיין שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2005 22:41 לינק ישיר 

בארא פארק

א דאנק פאר די קאמפלימענטן פאר JNET
איב איהר ווילט שיקן דירעקט צו זיי קענט איהר ארויף גיין אויף זייער וועב זייטל WWW.THEJNET.COM און שיקען פון דארט.

דער היגער אשכול איז געעפנט געווארן בעיקר צו אדרעסירען די טענה אז JNET זייענדיג א ביזנעס האט איין אינטערעס צו פארשטעלן וואס ווייניגער.

אשר על כן איז על דעת הרבנים המשגיחים גיעפנט געווארן איין אזוי גערופענער "זעלבשטענדיגער" אשכול.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2005 00:50 לינק ישיר 

הרב עסקן ווען גייט שוין זיין זשעי נעט אין קרית יואל? אגב איך ניץ א סטעטיק איי פי און איינער האט מיר געזאגט אז סאיז דא א וועג צו האבן זשעי נעט מיט א סצפיעלע ראוטער וואס זשעי נעט גיט ,ווייסטו אפשר מער אינפארמאציע איבער דעם (ביזן שענק דארף מען אויך א טרונק ברוינפן) שכוח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 23:36 לינק ישיר 

לכבוד העסקן החשוב "J-Net" שליט"א.

איך נוץ שוין DSL פון J-net א שיינע פאר יאהר, און ב"ה די סערוויס איז זייער גוט און איך בין שטארק צופרידן. די קאסט איז אביסל טייער (איך פלעג האבן Verizon DSL פאר בלויז $38.99) און דאס איז שוין א מעשה פון דריי יאהר צירוק, אבער פאר אידישקייט דארף מען זיך לאזען קאסטן.

By the way...
איך האב אפשר זעקס קאמפיוטערס אויפן נעטווערק און די סערוויס איז גאנץ שנעל אפילו ווען אפאר קאמפיוטערס נוצן עס.

בווגע Sites וואס דארף ווען זיין געבלאקט אבער עס "גליטש זיך דורעך", יא... עס מאכט זיך אמאהל אמאהל, אבער נאך אפאר טעג ווערט עס יא געבלאקט, אבער עס איז דא אפאר סייטס וואס שוין חדשים איז עס נישט געבלאקט צילוב דעהם סיבה האב איך אויך installed די program פון "עין רואה". אסאך פון די טייערע גולשים דא וועלן האלטען אז איך בין "צירוקגעבליבן" וכדומה, אבער I don't care. די פאקט איז אז זייט איך האב דעהם "עין רואה" קען איך ארויסגעבן אסאך מער ארבעט ווייל איך פאברענג נישט מער אויף די שטותים סייטס ווי test your IQ for free וכדומה... (איך רעד נישט פון שמוץ, דאס קען איך סייווי נישט צילוב דעהם וואס מיר האבן J-Net).

בטבע בין איך זייער נייגעריג און איך מוז אלעס פארשטיין. איך האב פרובירט צו ברעכן די פילטער פון J-Net מיט נאך א חבר און מיר האבן נישט געקענט. מיר זענען נישט סתם צוויי בעטלנים. מיר האבן שוין באוויזן צו ברעכן די סקיורוטי פון א געוואלד מכלומרש'ט Secure Servers

איך וויל אייך נישט שיקן און "תיבת אישית" א סייט וואס גליטש זיך דורעך ווייל איך ווייס נישט ווער איהר זענט. אויב קענט איהר לייגן אן
Official E-mail פון די קאמפאני J-net דאן וועלן מיר אי"ה שיקן אן e-mail ווען מיר כאפן א סייט וואס גליטש זיך דורעך. We would also appreciate אויב איהר וועט אינז לאזען וויסען אז איהר האט דאס באקומען by reply e-mail צו זעהן אז מיהר טוען עפעס אויף.

מיט כבוד און ברכה
בארא_פארק

נ.ב. לכבוד מוה"ר א. מיר האבן אייך פארפאקט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2005 18:21 לינק ישיר 

אונס צאלן $65.95 א חודש פאר j-net DSL Home Plan - one compter

רופ 1-866-866-5638 און פארלאנג עס

כאטש אויף thejnet.com שטייט אז עס איז נישט available

מען דארף רופן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2005 03:35 לינק ישיר 

איגריקע
טוסט זייער א נישט שיינע זאך מיט חוזק מאכען פין דזעי נעט, זיי טוהען אויף א גוטע זאך, און זענען מציל אסאך מענטשען פין קוקען ווי מען טאר נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 21:29 לינק ישיר 

אויכעט וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת אויב מ'קען ארויספילטערן וועב'סייטס וואס האבן איך זיך א חשש פון ציונות.

איך וויל נישט פארכאפט ווערן אין ציונית א דאנק די אינטערנעט.

וועב-סייטס וואס האבן אין זיך ציוניסטישע ווערטער וויל איך זאל בלאקירט ווערן, ווי למשל:

איזרעאל
מדינה
עברית
היברו
אגודה
מזרחי
אל על
כנסת
ציוני
בחירות
כותל המערבי
קבר רחל

וכדומה וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 21:20 לינק ישיר 

איינער ווייסט צו J-NET בלאקירט אויכעט וועב-סייטס וואס האבן אין זיך א חשש פון "לשון הרע","רכילות", "מחלוקת" "הלבנות פנים", "בזיון ת"ח" וכדומה.

ליידער טוט מיר זייער ווי אז זייט איך האב אינטערנעט (בערך 2 חדשים) בין איך זייער אסאך מאל דורכגעפאלן אין די אויוונדערמאנטע עבירות. די נסיון איז זייער גרויס.

איך האלט J-NET זאל ארויספילטערן אלע וועב-סייטס וואס האבן די פאלעגענדע ווערטער:

אהרוני
זלמוני
שייגעץ ארויס
שייגעץ אריין
מחוצף
עזות פנים
רשע
געכאפט פעטש
געכאפט אייער
הינט
משיחיסט
אגודיסט
פערד
אקס
בהמה
עם הארץ
שוטה


וכדומה וכדומה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 21:11 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז דער עמוד א'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 21:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יאסעלע

קריינא דאיגרתא ליהוי פרוונקא
האסט איין איבעריגען מיליאן?

א זעלטענער בריוו פון הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א
ביטע ליינט עס מיט ישוב הדעת
ער איז געזעסן אויף יעדען ווארט ממש שבעה נקיים


תוקן על ידי - J_net - 03/02/2005 21:07:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 17:41 לינק ישיר 

פאר וועלכע שווארץ יאהר מאכט מען נישט קיין פילטערעד אינטענעט אין לונדון?


יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 13:30 לינק ישיר 

hyde park coustumers will get a spacial price?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 05:14 לינק ישיר 

שמעק טאביק

אונזער DSL איז אביסל טייערער ווייל עס איז ביזנעס גרעיד נישט רעזידענשעל

מיר האבן נאר Business grade DSL
צוליעב א פשוטן טעם.


דער הויפט חילוק צווישן די ביידע גרעידס איז אז די ביליגע האט א DYNAMIC IP און די בעסערע האט א STATIC IP אדרעסס

מיר פילטערן נישט גארנישט. פארדעהם האט דאס נישט קיין השפעה אויף די שנעלקייט SPEED- בלע"ז

וואס מיר טוהן איז בערך אזוי. מיר האבן א פראגראם וואס זאגט אז ווען עס קומט א פארלאנג פון איין אדרעסס פון אונזער קליענט, צו א שעדליכן סייט. ווערט עס געפירט ערגעץ אנדערש REROUTED

אונזער סיסטעם קען נישט דערווייל ארבעטן אויף א דינאמיק אדרעסס. פונקט ווי מקען נישט פילטערן קיין טעלעפון נאמבער וואס טוישט זיך יעדען טאג.

דערפאר אבער איז דער ביזנעס קלאסס DSL שנעלער אין מער סטאביל.

עס קאסט בערך -$80 $70 א חודש פאר 1.5MB DOWNLOAD

שוין טעקס אריין גערעכנט

Verizon residential קאסט $40- $60 א חודש מיט טעקס פאר אסאך שוואכערע קוואליטי.

א חילוק פון עטליכע הונדערט דאלער א יאהר פאר כשר פלייש - אינטערנעט

Call 1-866-866-JNET

תוקן על ידי - J_net - 03/02/2005 5:18:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 04:20 לינק ישיר 

מאכסט א טעות עס האט מיר איינער היינט פארציילט אז ער האט JNET נישט ביזנעס, יענער האט דאס שטארק רעקאמענדירט. סיי די קוואליטעט אין סיי די פרייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א בקשה פון א JNET עסקן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext