לכבוד העסקן החשוב "J-Net" שליט"א.
איך נוץ שוין DSL פון J-net א שיינע פאר יאהר, און ב"ה די סערוויס איז זייער גוט און איך בין שטארק צופרידן. די קאסט איז אביסל טייער (איך פלעג האבן Verizon DSL פאר בלויז $38.99) און דאס איז שוין א מעשה פון דריי יאהר צירוק, אבער פאר אידישקייט דארף מען זיך לאזען קאסטן.
By the way...
איך האב אפשר זעקס קאמפיוטערס אויפן נעטווערק און די סערוויס איז גאנץ שנעל אפילו ווען אפאר קאמפיוטערס נוצן עס.
בווגע Sites וואס דארף ווען זיין געבלאקט אבער עס "גליטש זיך דורעך", יא... עס מאכט זיך אמאהל אמאהל, אבער נאך אפאר טעג ווערט עס יא געבלאקט, אבער עס איז דא אפאר סייטס וואס שוין חדשים איז עס נישט געבלאקט צילוב דעהם סיבה האב איך אויך installed די program פון "עין רואה". אסאך פון די טייערע גולשים דא וועלן האלטען אז איך בין "צירוקגעבליבן" וכדומה, אבער I don't care. די פאקט איז אז זייט איך האב דעהם "עין רואה" קען איך ארויסגעבן אסאך מער ארבעט ווייל איך פאברענג נישט מער אויף די שטותים סייטס ווי test your IQ for free וכדומה... (איך רעד נישט פון שמוץ, דאס קען איך סייווי נישט צילוב דעהם וואס מיר האבן J-Net).
בטבע בין איך זייער נייגעריג און איך מוז אלעס פארשטיין. איך האב פרובירט צו ברעכן די פילטער פון J-Net מיט נאך א חבר און מיר האבן נישט געקענט. מיר זענען נישט סתם צוויי בעטלנים. מיר האבן שוין באוויזן צו ברעכן די סקיורוטי פון א געוואלד מכלומרש'ט Secure Servers
איך וויל אייך נישט שיקן און "תיבת אישית" א סייט וואס גליטש זיך דורעך ווייל איך ווייס נישט ווער איהר זענט. אויב קענט איהר לייגן אן
Official E-mail פון די קאמפאני J-net דאן וועלן מיר אי"ה שיקן אן e-mail ווען מיר כאפן א סייט וואס גליטש זיך דורעך. We would also appreciate אויב איהר וועט אינז לאזען וויסען אז איהר האט דאס באקומען by reply e-mail צו זעהן אז מיהר טוען עפעס אויף.
מיט כבוד און ברכה
בארא_פארק
נ.ב. לכבוד מוה"ר א. מיר האבן אייך פארפאקט!
 |
|
|