בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וויאזוי רופן זיך שטעט אין ניו יארק?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/2/2005 21:24 לינק ישיר 
וויאזוי רופן זיך שטעט אין ניו יארק?

דא אין א"י רופט מען יעדע שטאט מיט בלויז איין נאמען; ווידער אין ניו יארק איז עפעס נישט קלאר.
פרעג א גוי וואו איז בארא פארק אדער וויליאמסבורג אדער פלעטבוש, וועט ער נישט וויסן, ער ווייסט נאר פון ברוקלין, ווידער מאנסי איז געווארן דער שם כולל פאר אידן אין יענע מקומות, אפילו איינער וואוינט אין ספרינג וואלי אדער פאמאנע אד"ג וואוינט ער נאך אלץ אין מאנסי! הדבר צריך הסבר!
ווער האט געמאכט די נעמען בארא פארק, וומ"ס, וועלכע ווערן נישט באנוצט אפילו אויף די פאסט? אדנערש ווי מאנסי, וואס עס עקזיסטירט כאטש אזא שטאט?
מי יודע?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 06:44 לינק ישיר 

וויליאמסבורג הייסט ע"ש די וויליאמסבורג בריק
אזוי ווי ראפשיץ הייסט וועגען די ראפשיצער רב האט דארט גיוואוינט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 06:16 לינק ישיר 

די נעמען פין די געגענטער נעמען זיך, ווייל פאר עס איז געווען אזוי באזעצט האט יעדע געגענט געהאט אן אייגענע נאמען, שפעטער ווען עס איז געווארען מער געדעכט האט זיך די פלאץ פאראייניגט אונטער איין נאמען, ברוקלין, אבער די נעמען פין די געגענטער זענען געבליבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2005 22:18 לינק ישיר 

שיע, איך האב געמיינט צו פרעגן א פשוט'ע שאלה, פרעגסט איינעם אויך א כביש ראשי אין א"י וואו איז בית וגן ועט ער וויסן, אבער א פאלנער גוי אין ברוקלין וועט נישט וויסן וואס דו רעדסט וואו איז ב"פ וכו', בדידי הוה עובדא, איך האב נאר אנגעצייכנט אז די נעמען זענען בכלל נישט אויף די פאסט - און מיט דעם פרט ביסטו טאקע גערעכט; אבער ווער האט געגעבן די נעמען, און פארוואס ווייסן נישט אלע דערפון?

דא אין א"י איז דא אויף די שלטים די נעמען פון אלע געגנטער (פונקט ווי אין אייראפע), אבער אין ברוקלין האב איך דאכט זיך קיינמאל נישט געזען די ווערטער בארא פארק, וויליאמסבורג אד"ג,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2005 21:35 לינק ישיר 

ווען די שיקסט פאסט קיין מאה שערים בית וגן הר נוף שרייבסטו ארויף דעם נאמען פון דעם געגענט?

בארא פארק פלעטבוש וויליאמבסורג זענען געגענטער הגם גרעסערע אין די אמעריקאנער מושגים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וויאזוי רופן זיך שטעט אין ניו יארק?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext