בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער בולעטין איז מבזה ערליכע אידן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2005 02:07 לינק ישיר 
דער בולעטין איז מבזה ערליכע אידן
מצורף קובץ

א שרעליכע פארברעכן איז אפגעטאן געווארן דורכ'ן ק"י בולעטין.

אין די אדווערטייזמענט צוגאבע צום בולעטין איז געווען אן אדווערטייזמענט פון אן אפעטייזינג קאמפעני אין ק"י וואו עס איז אויסגעלייגט סמאוקס פישן און דערנעבן זעט מען דעם באוואוסטן לוחם מלחמות ד' הרה"צ ר' משה בער בעק שליט"א.

איך בין נישט קיין חסיד פון ר' משה בער, אבער איך ווייס יא אז ער איז אן אפגעהיטענער מענטש און עסט נישט קיין שום געקויפטע מאכלים, און עס איז ביי מיר ברור אז ער האט נאכנישט געגעסן קיין סמאוקט פישן.

דעריבער האלט איך אז עס איז א גרויסע עולה פון בולעטין פאר'ן מאלן אזא אדווערטייזמענט און דאס אריינשטעלן אין זיין אויסגאבע.

דא איז דער עד. וירא הקהל וישפוט!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2005 23:37 לינק ישיר 

עיין שם

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1277960&whichpage=1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2005 06:44 לינק ישיר 

דער איד האט אראפגעריסען שארף ר' אברהם לייטנער נאכדעם וואס ער איז געגאנגען מיט די אראבערס פאריאר, וואס ער איז אביסעלע רוהיגער פון בעק.

אגב האט בעק זיכער הנאה דערפון, ער דארף נאר איטענטשאן, וואס איז א חילוק צו מיט די אראבערס צו פון סמאק פיש..?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 21:36 לינק ישיר 

'ווער בין איך' זיך צו פארמעסטן מיט יוסף נפתלי

דיינע ווערטער איז פאסיג פאר א TYPICAL חרדי מסלף
סתם דעמאגאגיע וועט דיך נישט מאכט גערעכט.

יא הלכות עע"ז, הלכות מינות, הלכות סט"א, פונקט ווי הלכות שבת והלכות תולעים וכו' וכו' וועלן אוזנערע רבי'ס אונז אויסלערנען

הלכות להיות קאטוליק וועט להבדיל דער פויפסט לערנען
פונקט ווי מ'האט געשיקט שלוחים קיין אינדיע וואס איז דער מהות פון דער ע"ז 'הינדואיזם'

מיילע אויב די ווילסט טענה'נען אז דער אגודה איז טריף, מינות, כפירה, NO PROBLEM

אבער ווער און וואס איז 'ציונית' וועל איך נאך אלס פרעגען ביי די ציונ'יסטן איך מיין אז זיי האבען גאר 23 מיני ציונים
check it out






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2005 20:48 לינק ישיר 

יוסי,
אזוי ווי עס איז נישט שייך צו פרעגען דעם פויפסט ווען מען האט א הלכה פון א עע"ז
אזוי איז נישט שייך צו פרעגען דעם הארץ צו די אגודה איז א פרומע ציונות.
סאיז פארהאן דריי ערליי ציונים
1 פרייע ציונים
2 תורהדיגע ציונים
3 פרומע ציונים
און דער צד השווה שבהן איז אז זיי זענען ציונים.
דאס אז דער הארץ האט ענק נישט ליעב איז צוליעב די פרומקייט וואס עטס צשעפעטס צו צום ציונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 19:39 לינק ישיר 

מצורף קובץ

עקשטיין

איבער דאס וואס 'רביה"ק מסאטמאר' האט ענק געלערנט. טוסט דו אביסל פארדרייען סאטמאר רב מיינונג אויף נטורי קרתא..
ע
ר האט נישט געזאגט דעם מילדען שפראך פון 'נישט אויסגעהאלטן'. זעה דעם בייגעלייגטן קטע פון 'ליקוטי דברות קודש' וואס איך האב געפאוסטעט אין בחדרי חרדים

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=3&topic_id=1254723

ער האט גערופען די נטורי קרתא 'שונאים'

אבער מיין טענה, אז מ.ב.ב איז א מוסר, איז נישט ווייל ער האט זיך געטראפען מיט אראפאט אדער זיך גע'חנפ'ט צו איהם. עס איז דאך א בפירוש'ע חז"ל אז מ'מוז חנפ'ענען רשעים שידם תקופה..

ער מיט זיינע פריינט האב איך געזעהן בילדער אין קטעים אין די פרעססע, פראטעסטירן קעגען דאס וואס צה"ל הרג'עט אומשולדיגע פאלאסטינער קינדער. א חוץ דעם וואס עס איז א שקר ..אפילו אויב עס איז אמת איז ער דאך א רודף א מלשין אין מוסר פאר רייצען גוים קעגען אידען.

________

איבער מיין שייכות צו דער אגודה

I plead guilty

יא איך בין אקטיו אין דער אגודה דארה"ב

רעליגעזער ציוניסט? ווער עס איז סאטמערע חסיד דארף מען פרעגען ביי עקשטיין פאר קריטיריאון צו מ'איז טאקע א סאטמאר'ע חסיד, ווער עס איז א ציוני דארף מען פרעגען ביי הסתדרות הציונית העולמית. קענסט זיי אונפרעגען צו זיי האלטן די אגודה פאר 'ציונים' פונקט ווי מ'דארף אונפרעגען דעם פויפסט ווער עס איז א גוטער קאטוליק.

אין ווי איך לייען אין די פרייע פרעססע 'הארץ' א.ד.ג. טוהן זיין באוויינען דאס אז דער רעגירונג איז אין א קאאליציע מיט חרדים שאינם ציונים.








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2005 19:10 לינק ישיר 

איך בין נישט זיכער אז דער גראפיקער האט געוואוסט אז דאס איז ר' משה בער, עס קען זיין אז ער האט סתם גענומען פון די אינטערנעט א בילד (גראדע זעהט ער אויס אויפן בילד ווי א פארצייטישער איד).

הערה:
עפעס איז בילדער געווארן זייער פאפולער לעצנטס,
דער בילד פון יענעם אויפן קאווע,
דער בילד פון קר"י רב אויפן קאסעט,
דער בילד פון ר' משה בער אויף געפילטע פיש פרסומת,
וואס קומט נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 18:41 לינק ישיר 

יוסי,
ער איז א תלמיד פון דיין הייליגע רבי, דיין הייליגע ישיבה, מסתמא האט ער דארט גילערנט די אלע קנאות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 18:27 לינק ישיר 

אויף יעדן אדוועטייזמענט שטייט היינט ווער עס איז דער פראדוציער דאס הייסט דער גרעפיקער -אוודאי איז א רעדאקציע שולדיג אין אזא פאברעך עס דורך צולאזאן אבער דער עיקר שולדיג אין אזא פאברעך איז דער גרעפיקער אין דער בעהב"פין געשעפט
קען עס איינער אריינסקענען מיט גרעסערע וווערטער אז מען זאל דאס קענען אויסלייענען ווער דער גרעפיקער איז?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 18:19 לינק ישיר 

רבותי.

לאמיר ענדיגן דעם וויכוח.

דאס איז קלאר אז ר' משה בער בעק האט א פאטאלישן טעות אינעם גאנצן מהלך פון זיי מלחמה קעגן ציונות, דרכו לא דרכינו, אין ער מאכט נאר חרוב די מלחמה קעגן ציונות, אין האט אפשר גאר א חלק אין חילול ד'.

אבער דאס איז יעדער איינער מודה אז ער איז נישט קיין לץ, אדער ער מאכט עס נישט פאר געלט, ער האט א טעות אין דעם דעת תורה, אבער אין אנדערע זאכן איז ער א מדקדק קלה כבחמורה.

אבער פון דעם ביז מאכן ביליגע אויסגעלאסענע פאשקעווילן אויף אין אין א פארעם פון א העדווערטייזמענט איז א גרויסע חילוק.

שרייבן אויף אים עוכר ישראל, אין די אלע חברי המוצגה"ת פון די "יהדות התורה" פארטיי וועלכע זענען היינט צו די גרעסטע מחריבי הדת באלוינען מיט תוארים וכיבודים איז אויך קעגן שיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 18:16 לינק ישיר 

אנטשולדיגט מיר טייערע חברים פארן שטערן, אבער איך האב געשריבן אין דעם פורום אידישער וועלט עטליכע תגובות, צו מיין באדויערן און אנטריסטונג האב איך מיר אנגעשטראפן מיט אינשי דלא מעלי, וד"ל ואכמ"ל ודו"ק, און איך האב באקומען עטליכע הודעות אין אישית אז איך זאל מיר אפשאקלען פון דארט וי שנעלער, וכן עשיתי,

אידישער וועלט איז א זיווג שני פון דעם טרויעריג באקאנטן בלאג א.פ. אנגעפירט דורך דעם פארשוין מיט דעם פסעוודאנים א.וו. פול מיט זאכן פון וואס אפילו א שומר שבת איד שטייט ווייט,

איך בעט אייך, כאטש נישט ברענגען קיין לינקס פון דארט,

לאזט אייך נישט פאפן פון דעם פאקט אז ער איז אין מסורת,

הרחק מעליה דרכך - ואל פתח ביתה אל תקרב (קוקט נאך אין ע"ז י"ז ע"א, די דרשת חז"ל, אלעס וואס דארט שטייט איז גילטיג אהער),

בדאיכא דרכא אחרינא ... וויל איך נישט אויספיהרן,

כל טוב


תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 08/02/2005 18:22:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 18:03 לינק ישיר 

דאס איז דאך א געוואלדיגע "עגמת נפש"!

שטיין לעבן די "גערייכערטע פיש" -שוין באלד 3 טעג - און גארנישט עסן!!

אין חכם כבר נסיון...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 16:55 לינק ישיר 

www.nkusa.org



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 15:46 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז דו ביסט אזוי נאאיוו צו האלטן אז בין לאדין פירט א באשיידענעם לעבן. א מענשט וואס קען איינרעדן מענטשן זיך צו לאזן הרג'ענען אין א צייט וואס ער זיצט און לאכט אין זיין בונקער, מאכט שוין גאנץ א גוט לעבן.

אבער עניוועי איז דאס נישט קיין פארגלייך.

איך זאג נאכאמאל: אפילו מען האלט נישט פון הרב בעק'ס עקסטרעמען מהלך, איז עס אבער א פאקט, אז דאס שטעלן א בילד פון הרב בעק נעבן די סמאוקט פיש איז א שרעקליכע עוולה און איז פשוט געצילט אים מבזה צו זיין.

צי וואלט דיר געפאלן ווען דו זאלסט זען וויאזוי סיי וועלכער שונא פון כ"ק חורינער זאל דאס טאן מיט אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2005 07:27 לינק ישיר 

געזעגענען
איך וויל נישט פארגלייכען אבער אסאמא בין לאדן לעבט מער א באשיידע לעבן ווי אים.
אין דאס מאכט אים נאך נישט קיין גרויסע צדיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2005 06:29 לינק ישיר 

יוכי איך פארשטיי דיך דו ביסט דאך אן אגודיסט ווי דו האסט אליין געשריבען אין פריערדיגע תגובות
איך האלט נישט אז עס אן אויסגעהאלטענער וועג וואס ער טוט ווייל מיר האבן מקבל געווען פין אונזער הייליגען רבין דעם ריכטיגען דרך פין פירען מלחמה מיט די ציונים צו זיי זענען רעליגיעזע ציוניסטען (ווי דו האסט שוין געשריבען אין א תגובה אז דו ביסט אין די הנהלת אגודה )אדער פרייע
איז א כפירה ומרידה בלכות שמים אין מיר זאגען אין ולמלשינים א יעדען טאג וכל המינים כרגע יאבדו אין אויב דו וועסט טענען די אלטע מזרחיסטישע טענה אז עס הלשנה צו גיין צו די אומות העולם צו זאגן אזא מיר האלטען נישט מיט די מדינה אזוי ווי זיי האבן געטענט געגן הייליגען רבין זי"ע דאן מאכן אין דאנטאון מאנהעטען א מחאה איז נישט קיין הלשנה צו נאר ווען אפאר שרייבערלעך אין המודיע אבער יתד מאכן אפ עפעס דאוןאיז עפעס אבער רציחה ?קעגן א איד דאס איז שוין ריכטיג רציחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער בולעטין איז מבזה ערליכע אידן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext