עס איז איצט באקאנט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אי"ה דעם שבת יא זיין אין קרית יואל, טראץ אלע שטערונגען פון כ"ק חורינער - דער זשיגאן-חזן - און זיינע ארומיגע.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען די ראשי תו"א האבן גערופן בעטן רשות, וועלנדיג זיין ארענטליך. אבער לישע הורוויץ האט געענטפערט ניין. איר האט זיך צוגעשטעלט צו די שונאים קענט איר נישט קומען.
עס האט במשך די לעצטע טעג געהייסן אז דער רבי וועט טאקע נישט קומען אויף שבת נאר אויף עטליכע טעג אינדערוואכן.
היינט ביינאכט איז געפאלן די החלטה אז מען קומט יא אויף שבת.
מעןגייט אויפשטעלן א ריזיגן טענט נעבן ביהמ"ד תו"א, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן די געהויבענע תפילות און טישן, צו וועלכן עס ווערן ערווארטעט א שטראם פון הונדערטער אידן תושבי ק"י.
דער רבי וועט האבן די אכסני' אום שבת ביי הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג נ"י, און אינדערוואכן ביי הרבני הנגיד החסיד ר' מענדל שוויממער הי"ו ראה"ק דקהל ויואל משה ומנהל מוסדות ויוא"מ.
אויך וועט זונטאג נאכמיטאג פארקומען א הכנסת ס"ת צום תו"א ביהמ"ד, און דערנאך וועט פארקומען א סעודה של מצוה אינאיינעם מיט'ן דינער פאר די מוסדות אין שאפינג סענטער.
פאלגט נאך מער פרטים.
ישמח לב מבקשי השם1
נשלח ב-9/2/2005 06:26
לויט די הערליכע מעשה דא...
קוקט אויס אז די שאפינג סענטער האט ער אויך גענומען אן רשות!
אדער געהערט עס גאר פאר מעיאר מענדל שווימער...
נשלח ב-9/2/2005 16:57
"א ריזיגן טענט לעבן די תולדות אהרן שוהל"
וועמען ווילסטו דאס פארקויפן ???
וואו ???
נשלח ב-9/2/2005 17:15
װער געט ארײן דעם ספר תורה?
און פארװאס איז נישט די מסיבה אויך אין דעם געצעלט (טענט בלע''ז)?
נשלח ב-13/2/2005 18:34
KJ Fireman שרייבט אין אן אנדערן אשכול:
צהלי ורוני יושבת קרית יואל!
דער שבת אין קרית יואל איז געווען א קידוש שם שמים, קרית יואל האט זיך דערלעבט א זכי' אז הונדערטער אידן זענען זיך צוזאמענגעקומען מיטצוהאלטן בצוותא חדא צוזאמען מיט דעם גאון וצדיק הכהן הגדול מאחיו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
דער שבת איז אריבער העכער אלע ערוואטונגען, סיי די תפילות סיי די טישן פון פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, ווער רעדט נאך די גרויסע סכומים וואס זענען צוגעזאגט געווארן שבת צופרי ביי קריאת התורה, אלעס איז געווען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.
אשריך קרית יואל! אשריך תולדות אהרן!
נשלח ב-14/2/2005 01:58
איך האב געהערט פון איינעם אז דער תולדות אהרן רבי שליט"א האט זיך אריינגעכאפט צו קרית יואל'ער רב אינדערהיים ערב שבת נאך די מקוה, נאנט צום זמן פון הדלקה"נ, צו פארגלעטן די זאך. ס'זענען נישט געווען די ששים גבורים סביב להם - נאר זיי צוויי (שיח שרפי...)
ווייסט אפשר איינער צי די זאך איז אמת, און אויב (ווארשיינליך) יא, וואס האבן זיי גערעדט דארט? זענען זיי געקומען צו א החלטה?
אויך האב איך געהערט פון עטליכע מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שבת אין דעם גרויסן טענט, אז עס איז געווען זייער קאלט אינעם טענט, די לעצט-מינוטיגע הייצונג האט נישט געקלעקט פאר דעם טענט.
אבער דער שבת אליינס איז געווען זייער ווארעם, ממש א אש קודש - האבן אויסגעפירט די אינגעלייט.