בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אסיפת הרבנים במאנסי-מילה כהלכתה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2005 17:57 לינק ישיר 
אסיפת הרבנים במאנסי-מילה כהלכתה

אויפן די רוף פין הרב פישער ווער איז דער צילברעט פין
די אזוי גערופעאנע מושחתים אין מרשיעי ברית וואס ווילען אינטער איצטלא פין מכלומרש
היגענישע אין געזונהייטס סיבות אויסרייסען אין אויפהעצען א גזירות המילה זענען זיך צוזאם געקומען חשובע רבנים יושבים על מדין מיט די אקטיווע מיטיילונג פין התאחדות הרבנים אין אנדערע חרדישע ארגעניזאציעס וואס קוקען מיט גרויס אחריות אין פארכט אז עס עס זאל ח"ו נישט ווערן א גזירות המלכות אויך אריבער די גרעניצען פין ראקלענד קאונטי אין ניו יארק סיטי איז שוין אין פולע אינוועסטיגעשאן וואס מען קען נישט פאראויס זאגען ווי עס וועט אנקומען פאר די מרשיעי ברית

צו מאכן צרות פא ראלע חרדישע אידן אומעטום (וואס די או יו צווייפעלהאפטגע סטעיטמענט

"It is very, very rare for the mohel to suck out the blood himself," said Rabbi Tzvi Hersh Weinreb, executive vice president of the Orthodox Union, which represents Orthodox congregations in North America.

"The mohalim I speak to in our community say they use latex gloves and a glass tube for suction, and they take every precaution so they do not come into contact with the baby's blood and the baby does not come into contact with their blood," Weinreb said. "This is for the protection of the baby and, frankly, for the protection of the mohel, because one never knows what the baby might be carrying from the parent."

האבן שוין געברענגט
אין דער פארלאנג אז התאחדות הרבנים זאל ארויסגעבו א סטעיטמענט אין הלכה וואס איז שוין געווען באהאנלעט מיט יארן צוריק ביי אסיפות אין התאחדות הרבנים אין ארויס קומען מיט אפענע מחאה קעגו די מרשיעי ברית איז ביזדעווייל געווארען באשלאסען דערוועגן אז כדי עס זאל נישט ווערן מער אויפגעפלאקרט דעם רייץ ביי די מרשיעי ברית צו מאכן דערפין אן אינטערנאציאנאלער פראבלעם וואס אזא פרסום אין די פרעסע קען נאך מער שאדו האבן האט מען שוקל געווען בכובד ראש אין ביזדערווייל איז די החלטה געווען מיט צושטעלען לעגאלע הילף פאר הרב פישער אין יעדעם איינעם וואס ווערט פארפלאנטערט אינעם פראבלעםאין מען וועט ווארטען אויף די רעזאלטאטען פין די העלט דעפארטמענסאין נאכדעם זעהן צו מען דארף אינטערנעמען א לעגאלען קאמף אנטקעגן די מרשיעי ברית

צוה להציל שארינו משחת למען בריתך



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2005 04:22 לינק ישיר 

אויף די גרויסע צעטיל די וואך איז געשטאנען אז מציצה איז מקובל פין משה רבינו.

שטעלט זיך א שאלה, ווי איז עס מקובל פין משה רבינו צו מאכען מציצה בפה?

און ווער זאגט אז עס האט זיך נישט אנגהויבען שפעטער ווען חז"ל האבען איינגעזעהן אז עס דא א סכנה אויב מען מאכט נישט מציצה?

למאי נפק"מ אויב איז עס פין משה רבינו?


האבען אלע רבנים געזעהן דעם חלק פין די קול קורא און מסכים געווען אז עס איז מקובל פין משה רבינו צו מאכען מציצה בפה?


איז דער אמת - אז עס איז א מנהג ישראל - אזוי שלעכט אז מען מוז מגזם זיין די זאך אזוי אז מענטשען וואס ווייסען נישט זאלען מקבל זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2005 00:01 לינק ישיר 

ביזט אביסל גערעכט.

דער מהר"ם שיק זאגט נישט קלאר אז דער בריוו איז פאלש, ער זאגט נאר אז אפילו ווען דער בריוו איז אמת איז עס נאר געווען א הוראת שעה, והא ראי' אז דער בריוו געפינט זיך נישט אין די ארכיוון פון חת"ס (ווי באקאנט, פלעגט דער חת"ס האלטן א העתק פון אלע זיינע תשובות, און וועגן דעם איז דא פון אים מער תשובות ווי פון אנדערע גדולי ישראל אין יענע צייט, וועלכע האבן געמוזט נאכפאלגן און צוריק באקומען זייערע תשובות).

אבער איוף די ווערטער פון מהר"ם שיק בויען אנדערע אלס הוכחה אז דער גאנצער בריוו איז פאלש.

און איך האב צוגעצייכנט נאך מראי מקומות וועלכע זאגן קלאר אז דער בריוו איז פאלש, בפרט ר' עקיבא יוסף שלעזינגער אין לב העברי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2005 19:03 לינק ישיר 

א בריוו פון חתם סופר איז נישט דא, דער לשון אין אות ברית {מגדולי תלמיד החתם סופר} איז ורוצים ליחס סברא זו לאמ"ו הגאון מהרמ"ס.

די אלע נארישע טענות וואס גרונעם ברענגט צו האבען שוין די גדולי ישראל באהאנדלט אין יענע צייטן קעגען די וואס האבען געווען איינפירען מציצה ע"י ספוג אדער שפופרת,

איך וואלט דיר מציע געווען צו ליינען דעם קונטרס מציצה פון ר' יוסף יפה שלעזינגער,ספר משיב נפש פון א ליטווישער גדול,,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2005 18:46 לינק ישיר 

גרוינעם

די שיטה פין כופה זיין זייער דעת תורה אויף אנדערע געהערט פאר אן עקסקלוסיבע קלוב... לאמיר נישט מטשטש זיין די גבולות פין דעם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 18:37 לינק ישיר 

און דעם חלק ביסטו גערעכט, דאס רב טענדלער וואלט נישט געדארפט גיין אזוי ווייט. איך רעד דא נאר פון זיין פוינט, און נישט פון זיין צוגאנג.
(א ווערטעל: מיר רעדען דא וועגען כופה זיין א דעה אויף א צווייטען, לויטען סאטמאר'ן שיטה דאכט זיך מיר איז דאס נישט קיין פראבלעם!!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 18:22 לינק ישיר 

weaky

רעדען ווי א בהמה קען נאר איינער וואס האט נישט קיין אייגענעם דעת.



-------------

בארא פארקער



------------

גרוינעם

סוף סוף לאמיר פרואווען רעדען צום נושא, נניח אז מציצה בפה איז א דבר השנוי במחלוקת אין ווי ווייט עס גייט די חיוב אויף דעם מקפיד צו זיין, אבער איז דאס רעכט אז אנדערע אידען וואס גלייבען תמימות'דיק איןדעם ענין און אולי מיט רעכט, זאל ער כופה זיין זיין דעה אויף זיי דורך שטאטישע מיטלען?????????




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 17:22 לינק ישיר 

זאלי,
גרוינעם האט דיך געבעטען אז די זאלסט שרייבען ווער עס זאגט עס איז פאלש.
די מהר"ם שיק ברענגט דארט אז די חתם סופר זאגט "שאם יעידו הרופאים דהספוג מועיל כמו המציצה בפה רשאין אנו למצוץ גם בספוג".
און ער זאגט נישט דארט אז עס איז פאלש.

אות ברית פין וועמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2005 17:03 לינק ישיר 

עי' שו"ת מהר"ם שיק או"ח סי' קנ"ב, ובלב העברי חלק שני מערכות ישראל, ובס' אות ברית סי' רס"ד ס"ק ט'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2005 16:54 לינק ישיר 

ברענג איינעם וואס שרייבט קלאר דאס דער בריוו איז געפעלטשט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 16:43 לינק ישיר 

די אלע נארישקייטן זענען זאכן וואס באלאנגען נישט אין דעם פארום, און דו קענסט צוריקגיין אין די פארומ'ס וואו מען באהאנדלט די טענות.

אבער קיין היסטאריע טאר מען נישט פעלשן אפילו ווען עס קומט אויס בעסער אזוי.

די שערורי' פון דעמאלט'ס איז אויסדריקליך (לכל הפחות בגלוי) געווען אויף די מציצה בפה דוקא.

(וועגן דעם בריוו פון חת"ס, וועל איך נישט אריינגיין אין אלע צדדים, איך פערזענליך גלייב פאר די גרעסטע תלמידים, און במילא די גרעסטע מבינים, פון חתם סופר וועלכע האבן געשריגן אז דער בריוו איז פאלש)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2005 15:05 לינק ישיר 

רב אלישיב האט פאר צוואנציג יאר צירוק ביי די איידס פרשה, געהאלטען אז מען זאל אויפהערן מאכן מציצה בפה, לעצטענץ איז ער מושפע געווארען פון די חרדישע קיצונישע בליק. רב שמואל וואזנר, שרייבט און תשובה בשם חפץ חיים דאס מען דארף נישט מקפיד זיין דערויף. די חתם סופר וואס אלע פרומע לרבות די פארפרימטע האלטען זיך כאילו זיי גייען בדרכו, האט דאס מתיר געווען אן קיין פראבלעם. די פראבלעם איז דאס די פולסמוס פאר 150 יאר צוריק האט גארנישט מוטען פולמוס היינט, דהיינו דעמעלץ איז דער ענין געווען מען זאל בכלל נישט מאכן מציצה, זענען דעמעלץ די פרומע רבנים אויפגעקומן מיט א פלאן פון מאכן מציצה בכלי וואס דאס איז נישט קיין שום פראבלעם ווי דער דער הייליגער זיידע דער חתם סופר שרייבט.
פארוואס ווען א דאקטער וואלט מחליט געווען און שפיטאל צו מאכן ביי מילה מציצה בפה, וואלט ער גלייך רעגענעזירט געווארן? על פי תורה די רגע ס'איז דא א חשש פון סכנה, דארף מען זיך רעכענען מיט דעם. קיינער וואלט נישט געוואלט א דאקטער זאל אפארירען זיין קינד אן סטערעלייזען די מכשירים פארוואס?
און איך וועל אייך מגלה זיין א סוד, אלע מוהלים (אפילו די פארפרימטע) ווען עס קומט צו מהל'ען א קינד וואס עס איז דא א מינדערסטע חשש פון איידס וכו' (דהיינו קינדער פון בעלי תשובה וכו'), מאכן זיי בכלל נישט קיין מציצה, מען בייגט זיך אראפ, אבער מען טוט גארנישט!!!

תוקן על ידי - גרוינעם - 18/03/2005 15:22:53



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 08:56 לינק ישיר 

זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דו רעדסט ווי א בהמה.

צו איז דא עפעס א נייע טענה וואס טענדלער האט אויפגעברענגט ?
די טענה (פוינט בלע"ז) איז שוין אלט 150 יאר, און איז געשאפן געווארן דורך די גרעסטע מחריבים פון כלל ישראל.

און ארטאדאקסיע, אין וועמענ'ס נאמען דער דאקטאר פרובירט צו רעדן, איז געשאפן געווארן צו אפשלאגן די אטאקעס פון די תוה"ק, טאקע פון אזעלכע "פוינט'ס".

און אויב ער וויל וויסן וואס זיין סוף וועט זיין, איז גענוג אנצוצייגן אויף די 52 % אסימילאציע וואס איז דא ליידער ביי זיינע חברים פון איבערן פלויט, די רעפארמער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2005 07:18 לינק ישיר 

גרוינעם טייערע,

אוודאי איז נישט פאסיג פאר כלל ישראל געפירט צו ווערען דורך אפאר צוהיצטער עסקנים, עיין פרשת עירוב וכו'

אבער ווי קומט דאס אז אינגאנצען איין רב (אפילו ער איז א ת"ח) זאל מחליט זיין אין אזא נושא אינגאנצען אן א קונסנסוס פין עכ"פ רוב רבנים צו טוישען אן ענין (וואס א מנהג ישראל איס עס לכו"ע) אין נאך דערצו כופה זיין זיין פערזענליכע דעת תורה אןיף כל הקהל הקודש הזה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 06:51 לינק ישיר 

רב אלישיב פארשטייט נישט רב וואזנער פארשטייט נישט, ר' משה פיינשטיין האט נישט פארשטאנען. די דאקטורים מיט וועם זיי האבען געשמועסט פארשטייען נישט.

פון יעצט און וועט מען פרעגן גרונעם מיט טענדלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 06:24 לינק ישיר 

סוף כל סוף האט רב טענדלר שליט"א א פוינט, אזוי ווי אסאך (נארמאלע געזעצטע רבנים) האבן מסכים געווען צו אים, נאר וואסדען היינט איז א מצב וואס מען טראכט נישט, אפאר היץ קעפ לויפן ארום מאכן משיגע רבנים און פארשטייט זיך איינמאל ס'איז א מצב טרויט זיך נישט קיין רב צו געבן אן אנדערען מיינונג ווייל ער וועט דאך גלייך ווערן אויסגעשפיגען, אלא מאי אפאר היץ קעפ פירען היינט יהדות החרדית און ניו יארק.
דער פראקטישער אונווייזונג, און גמרא שבת, אז על-פי רפואה דארף מען מאכען מציצה (און לאו דוקא בפה), האט נישט קיין שום שייכות מיט הלכה, דאס איז געבויט אויפן מעדעצינישער קוק פון דוקטורים און תקופת חז"ל, דאס מיינט נישט אז חז"ל האבן דאס מברר געווען, ווייל אין גאנץ ש"ס זענען אלע רפואות אונווייזונגען, געבויט אויף אלטוועלטליכע דוקטורים און האט גארנישט מיט חז"ל, ווי רב שרירא גאון שרייבט קלאר און א תשובה!
אויב דוקטורים אין תקופת חז"ל וואלטען מחליט אז מציצה בפה איז א סכנה, וואלטען מיר היינט געפונען אין גמרא דאס מען זאל דוקא מאכען מציצה מיט א כלי אדער בכלל נישט!!! דאס איז קלאר! און נאך דערצו אז ס'איז דא א מינדערסטע חשש אז א קינד אדער מוהל זאל אנגעשטעקט ווערן? וחי בהם ולא שימות בהם!!!
נו וואס קען מען טוהן, יהדות החרדית און אירע רבנים האלטען היינט ביי גאר א שווערען מצב, דהיינו "תלמידי חכמים שאין בהם דעת...".


תוקן על ידי - גרוינעם - 18/03/2005 6:41:38

תוקן על ידי - גרוינעם - 18/03/2005 6:42:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אסיפת הרבנים במאנסי-מילה כהלכתה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext