| נשלח ב-11/2/2005 06:00 |
|
| |
א טריביוט פאר וויליאמסבורג
איז דעך וויליאמסבורג א שטעטל וואס אירס גלייכן איז אין די וועלט ניט צום געפינען. דער האדסאן טייך שטופט אירע ברעגעס, צופיסנס פון אונזער שטעטל. אקעגן איבער די גאס געפינט זיך דער וועלט-בארימטער האנדלס-שטאט מאנהעטן. און אט טאקע דער האנדלס-צענטער איז וואס מאכט אונזער שטעטל אזוי באוואוסט. אדער גאר פארקערט, איז טאקע דארט געווארן דער האנדלס-פלאץ צוליב דעם וואס א בריקל פארבינדט איר מיט וויליאמסבורג. בלייבט דאס איבער צו שפעקולירן.
אין מאנהעטן - זאגן מאנכע - איז גאר א גרעסערער פארקער ווי אין לייפציג. איר אייראפע'ער קענט זיך דאס ניטאמאל אראפ מאלן אויפ'ן געדאנק. אבער יא, אזוי איז דאס! אין די צייט וואס אין לייפציג איז דא א מארק איינמאל א מאנאט, קומט אין מאנהעטן פאר א מארק יעדע וואך. אין א הויכן גלאזערנעם בנין, אין צענטער פון שטאט - דער דז'עביץ צענטער - קומען פאר יריד'ן יעדן שני וחמישי. און דער רעבע מיט'ן גבאי'ן שפאצירן אדורך דעם יריד מיט א רואיגקייט, און אלע הענדלער טוען אויס די היטלען, און פארבויגן זיך דרכ-ארצ'דיג פאר'ן רעבע'ן. דער רעבע שמייכלט זיס צו די הענדלער, בשעת דער גבאי קוקט מיט אן ערנסטן בליק אויף די קויפערקעס.
נו מילא, ווי דענקט איר, אז א שטעטל ווי דער באן פלעגט אדורך פארן אויפ'ן וועג צום יריד, האט אלעמאל געלעקט א ביינדל דערפון. בעיקר דער קרעטשמער וואס האט געהאלטן זיין ארענדע נאנט צום באן שטאציאן. און וויליאמסבורג איז גארניט הינטערשטעליג אין דעם הינזיכט. פארמאגט זי האטעלן און צאמקונפט ערטער גענוג און נאך פאר די ברייטע מאסן סוחרים.
א סוחר נאך א טאג שווערע ארבעט אויפ'ן מארק, האט אן אויסוואל פון טויזנטער האטעלן. די שטובער קומען גאר מיט א סערוויס, וואס אין ערגעץ אין די וועלט וועט איר אזאנס ניט געפינען. אמער, עס פארמאגט א פרוי, וואס טוט אלערליי ארבעט פאר איהם. זי וואשט און רוימט, און האלט די שטוב אין ארדענונג. און א סוד וועל איך אייך דא אנטפלעקן, אז די פרוי וועט מיט איהם אפילו קינדער האבן. און זיי דערנאך ערציען, און ערקלערן די וועגן פון גאט.
נאר וואסזשע דען, דער סוחר ברויך דערפאר באצאלן בטבין ותקילין. עס איז ניט קיין ביליגע האטעל. מ'ברויך צאלן שטוב געלט, און פאר די אלע סערוויסעס וואס ווערן צוגעשטעלט. געווענטליך ווערט דאס געלט איינגעמאנט דורך די איינגעשטעלטע פרוי. אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה.
אבער סוף כל סוף, קלעקט דאך ניט דאס ביסל געלט, וואס דעם סוחר געלינגט צאמצוקראצן אין דעם מארק-שטאט מאנהעטן. זענען די סוחרים זיך צוזאם געקומען אין די צאמקונפט ערטער, ווי מ'קומט אריין יעדן אינדערפרי, טרינקען א גלעזעלע, און זיך אפבאדן. און טאקע אין באד האט מען זיך צונויפגערעדט, וואס צו טוהן צו דעם גרויס'ן פראבלעם, צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות פון די האטעלן. איז געבליבן אז מ'זאל שתדל'ן ביי די רעגירונג, אז מ'זאל נעמען שטיצן די סוחרים. אמער זיי האלטן דאך אויף די עקאנאמיע פון דאס לאנד, און טאקע די אידן זענען די וואס ברענגען ארויף דאס ווערט פון א לאנד פילפאכיג. כידוע אז די אידן זענען געווענטליך די בעסטע סוחרים, און די גרעסטע חכמים. וויאזוי שטייט נאר? 'כי היא חכמתכם'.
און טאקע כדי שלא לבייש את מי שאין לו, האט מען דאס קובע געווען אלץ א מצוה התלויה בארץ. אז יעדער איד וואס וואוינט אין וויליאמסבורג, אפגעזעהן פון מין, ראסע אדער רעליגיאן, אפגעזעהן וויפיל געלט ער פארדינט, איז ער מחוייב צו נעמען שטיצע פון די שטאט. און כדי עס זאל נאך בלייבן אביסל אויף צדקה פאר די אלע וויכטיגע צוועקן, דארף מען אויסזויגן די שטאט וויפיל עס איז מעגליך, און זיך גט'ן (וואס איך ווייס נישט, אויף וויפיל דאס זיין חתונה געהאט האט אויסגעמאכט). און ווערן היימ-לאז, און זיך משפיל זיין עד לעפר. נאר....
געלט זאל זיין!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2005 10:31 |
|
| |
it's not chilul hasham at all
it's just...
skunas nafushas!!!!!!!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2005 05:13 |
|
| |
אנטשולדיגט, אבער כ'האב געשריבן די פריערדיגע תגובה אין איילעניש, האב איך נאר אריין געווארפן דעם ווארט.
למעשה איז עס נישט נאר ביי סעקשאן 8, כ'מיין אז ביי אלע שטאטישע פראגראמען, אויב איינער ארבעט אויף די ביכער, און ער איז נישט בארעכטיגט צו באקומען דעם פראגראם. דאן קען ער זיך גט'ן (לעגאל), און דאן קען זיין ווייב באקומען די זאכן. (כ'האב לעצטנס געהערט אז מ'טוט דאס אויך פאר פוד סטעמפס).
כ'בין למעשה נישט באקאנט פונקטליך מיט דעם 'פּראַסעס' וויאזוי מ'מאכט דאס. ווייל איך האב דאס קיינמאל נישט געמאכט. כ'ווייס נאר פון א טענענט מיינס וואס האט סעקשאן 8 און ער האט זיך צוליב דעם געמוזט גט'ן.
אויך האט מיר א איד לעצטנס געזאגט, אז אין דעם לעצטן צענזוס ציילונג, איז די דיווארס רעיט אין ברוקלין ארויף שטארק.
תכלית פון די אלע זאכן איז אזוי, אויב איינער דארף דאס ממש האבן צום לעבן, נו קומט איהם דאך עס. אבער סתם אזוי צו נעמען ווייל ס'איז א מנהג צו נעמען, און עס קומט אזוי, און יעדער האט וכו', איז א משוגעת. און אויב איז מען זיך נאך משפיל, און יעדער גיט אריין אין די שטאט אז מ'איז גע'גט, און מ'איז האומלעסס וכו' וכו'. און למעשה בויעט מען אין וויליאמסבורג, פון די שענסטע הייזער אין ברוקלין, און דער עולם דרייווט די שענסטע קארס, מיין איך אז ס'גייט אריין אין גדר פון חילול השם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 18:47 |
|
| |
יישר כח משיח פאר די גאולה פורתא. אונז קוקען מיר ארויס פאר די גאולה שלימה....
המתחיל אומרים לו גמור, בקיצור, וואס טוט מען?
מען צושייד זיך, און נאכדעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 18:28 |
|
| |
בארא פארקער פרעג זיך גוט נאך, איך מיין אז ממוז נישט דוקא זיין ג'גט ס'איז גענוג לעגאל צושיידט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 18:22 |
|
| |
סעקשאן 8
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 17:08 |
|
| |
משיח
זייער שיין.
זאג נאר, לגבי וועלכע שטיצע איז דא תועלת זיך צו גט'ן?
(איך האב א פנים ווי דער וואס האט אויף געוועקט דער שיכור, נאר צו פרעגען וועלכע ברוינפען ער האט געהאט!!! והמבין יבין.)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2005 12:27 |
|
| |
פארגעס נישט אז מען זויגט נישט אויס די שטאט נאר די שכנים וואס צאלען פילפאכיג רענט ווייל די וואס באקומען פון די שטאט קענען זיך ערלויבן.
אין דער פראבלען איז נישט נאר קיין חרדישער פראבלעם, נאר א נו יארקער.
דער ארימאן קען צאלען העכער רענט ווי דער מיטל קלאס וואס פארדינט למשל 100.000$ א יאר.
וכדי בזיון וקצף.
|
|
|
|
|