| נשלח ב-14/2/2005 21:43 |
|
| |
געשלעג ביים צדיק נסתר פון וויליאמסבורג
מצורף קובץדאס פאלגנדע ארטיקל איז שוין געווען געשריבן אין אן אנדערן אשכול. נאר צוליב א טעכנישן פראבלעם איז עס געווען שווער צו ליינען, האבן מיר עס איבערגעשטעלט דא אויף א באקוועמערן פארמאט. ואתכם הסליחה
וויליאמסבורג – מיט ווייטאג און טרויער איז אויפגענומען געווארן די בשורה לא טובה, אז ביים צדיק נסתר אין שטוב, הערשט אנגעצויגנקייט און קריגעריי.
ווי באקאנט וואוינט ביי די גרעניצן פון וויליאמסבורג, דער צדיק נסתר ר' נחומ'טשע מיט זיין חשוב'ע רעביצן בלימוקא די שניידערקע. קיינער ווייסט נישט ווען דער צדיק האט זיך אהערגעצויגן, און פון ווי ער איז געקומען. אבער קינד און קייט ווייסט פון איהם צו זאגן, און אלע אלטע לייט פון וויליאמסבורג געדענקן איהם פון אלעמאל. קיינער געדענקט אבער נישט ווען מ'האט איהם דאס ערשטע מאל געזעהן.
און אזוי באשיידן ווי זיין קומען, אזוי איז זיין לעבן. שטיל און רואיג, אן קיין פירסום, און אן קיין רעש. ער וואוינט זיך אין זיין כאטקעלע – א גאראדזש – ביים עק שטאט. און לערנט טאג און נאכט צו די שיין פון א קליין פלארעסענט באלבל. בשעת זיין ווייב זיצט איבערגעבויגן ביים אלטן ניי מאשינדל, און פירט דורך אן אלט שטיקל לייוונט. זי פארריכט די קליידער פאר די ארימע ווייבלעך פון וויליאמסבורג. זי נעמט פון זיי א קליינעם אפצאל. די יודעי דבר ווייסן אבער צו זאגן, אז ביינאכט ווען קיינער זעהט נישט, שטופט זי צוריק דאס געלט אונטער די טיר פון אירע קונדן.
פונקט צוועלף אזייגער אינמיטן די נאכט, שפרינגט דער צדיק אויף ווי א לייב, און זעצט זיך אויף דער ערד איינגעהילט אין א זאק, מיט אש באשפריצט אויפ'ן שטערן, און רעכט אן תיקון חצות בקול בוכים. בשעת זיין ווייב זיצט אין די זייט, מיט פארמאכטע אויגן, און ריטשקעלעך טרערן רינען אראפ אויף אירע אלטע צוקנייטשטע באקן.
דורכגייער וואס גייען יעמאלט דורך דעם צדיק'ס הויז, צוגייט זיי דאס הארץ פאר מתיקות, און פאר כיסופין צו די שכינה הקדושה. די וואס האבן גוטע אויערן זאגן גאר אז עס הערט זיך פונ'ם אונטערגרונט א קול מנהמת כיונה וואס וויינט מיט מיט איהם. לעצטנס האט איינער נאכגעזאגט בשם מקובלים פון ארץ ישראל, אז זיי האבן געזאגט, אז אויף דעם צדיק מיט זיין ווייב שטייט די האלבע וועלט – מיט נאך א פּיצי שטיקל.
עס איז דא א לעגענדע אפילו אין וויליאמסבורג, אז די עקרות וואס הערן זיך צו צו זיין תיקון חצות ווערן יענץ יאר געהאלפן.
פארשטייט זיך אז דער שטן האט אזא זאך נישט געקענט אויסהאלטן, אז די הייליגע שטאט וויליאמסבורג – די עיר ואם בישראל, ירושלים דאמעריקא – זאל פארמאגן אין אירע גרעניצן אזא גרויס'ן צדיק נסתר. איז ויבא השטן בתוכם, און האט פרובירט צו צושטערן די רואיגקייט פונ'ם הייליגן צדיק, און איהם צעשטערט זיין רואיגן און באשיידענעם לעבנס-שטייגער. אמער עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן דעם צדיק מיט זיין ווייב.
און איבער וואס? איר וועט דאס נישט גלייבן! איבער א דאכענע!!!! יא קוקט נאכאמאל, איבער א דאכענע!!
די מעשה איז אזוי: געווענטליך פלעגט ביי זיי זיין דער שטייגער, וויבאלד דער צדיק שלאפט דאך נישט צופיל, האבן זיי געהאט נאר איין דאכענע. ווען זי פלעגט שלאפן, איז ער געווען אויף, און אזוי פארקערט. איז אבער דער צדיק עלטער געווארן, און איז אפגעשוואכט נאך א טאג פון עבודת הקודש, דארף ער זיך אפטער אראפ לייגן. נו האט דער צדיק פונקט דאן זיך געוואלט לייגן ווען זיין חשוב'ע ווייב איז געשלאפן. דארף ער דאך די דאכענע, און זי טענה'ט אז אזוי ווי זי האט אויפגענייט דאס געוואנט, קומט זיך דאס איר.
און אזוי האט אויסגעבראכן א געשלעג, וואס קען זיך גארנישט אפשטילן, ער שלעפט פון איין זייט, און זי שלעפט פון די אנדערע זייט. אזש דער געשלעג האט זיך דערטראגן ביז צו דער גאס.
א גרויסער רבי – וואס איז אויך באוואוסט פאר זיין ברייטע ידיעה אין חכמת הקבלה – האט מגלה געווען א סוד פאר איינע פון זיינע נאנטע און געהויבענע חסידים (וואס האט געוואלט בלייבן אנאנים). אז מ'דארף זיך גאר נישט שרעקן, דאס איז אלץ א שפיל כדי לערבב את השטן. ער פירט א גרויסע מלחמה מיט'ן שטן, צו מקרב זיין די גאולה. און זיין ווייב שטעלט ער פאר אלץ די נוקבא פונ'ם ס"מ. און ער פירט מיט איר מלחמה צוריק צונעמען די דאכענע עס צו קענען אויסשפרייטן, און מאכן א צילא דמהימנותא וואס זאל שולט זיין אויף די שבירת הכלים, און מ'זאל קענען צוריק גיין צו די לוחות הראשונות, וואס דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
אגב: יונה לאנדא האט שוין גרייט די צעטלעך וואס פאררופן א נסיעה צום קבר פונ'ם צדיק נסתר. ער ווארט נאר אויף אריין צו שרייבן א דאטום פונ'ם יארצייט.

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2005 03:24 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב נאך אזא געשרייבאכץ דארף מען נאך איינעם "באשולדיגן" מיט אפיקורסות.
העט הוא קולמוס הלב !!!
תוקן על ידי - זאליweaky - 17/02/2005 3:28:10
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 18:57 |
|
| |
עס איז א שאד זיך צו טענה'ן אויף א פאקט, קוקט נאך די הודעות, אלס איז מיט ליצנות פון פארשידענע אנגענומענע זאכן ביי אידן, אפגעזען צי מיט רעכט אדער נישט.
אבער אודאי זענען דא מענטשן וואס האבן ליב צו הערן אזעלכע טיפ שרייבעריי און ליצנות, עס איז דא אסאך אשכולות אויף ה"פ וואס ברענגט הנאה פון פיל מער מענטשן, און אז יענע וועלן שרייבן דא וועט מען זיי אינסטיקנטיוו חוסם זיין, איי עס איז אינטערעסאנט, יא יא, איך לייקן נישט, אבער דארט קענסטו שרייבן וואס דיין הארץ גלוסט.
אן אפיקורוס קען נאך גלייבן אין גאט און אין זיין תורה, עס איז איבריג יעדעס ווארט. איך ווידערהאל, איך באשולדיג נישט קיינעם אין אפיקורסות, ליצנות איז ערגער, ויותר ממה שכתוב כאן - אי אפשר לפרט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 18:30 |
|
| |
לאמיר אביסעל מסכם זיין די מעשה.
די מעשה ברענגט ארויס.
א. ווי נאריש מעשיות אין מעשה ביכלעך זענען.
ב. אז תיקון חצות ווערט אנגעראכטען דורך אזעלכע צדיקים.
ג. אז אידען לעבען איז פאנטאזיעס.
ד. מקובלים אין ארץ ישראל רעדען שטותים.
ה. אידען גלייבען אין סגולות של הבל (פקידת עקרות).
ו. מענטשען זענען תולה מחלוקת אין העכערע ענינים.
ז. אז רביס וואס קענען קבלה זענען מכשיר דרכים פין מאדנע מענטשען.
ח. יונה לאנדא רופט אויף נסיעות צו משוגעים מער ווי צדיקים נסתרים.
די אלע זאכען זענען שקר, מיט אמאל א ווערטעל אויך נישט. איז פארוואס שרייבט ער אזוי?
ווייל משיח השם האלט אז
א. איז אמת
ב. איז אמת
ג. אזוי ווייטער.
למעשה איז ער זיך טועה ביג טיים. ער האט נישט ארויס אידישקייט ריכטיג, און האט אביסעל פיינט ווילי, ממילא שרייבט ער נארישקייטען. נו זאל זיין אזוי.
איך מיז מודה זיין אז פין משיח פוינט אוו ווייאָ איז די מעשה גיט געשריבען. נאר די ווערטער
און מאכן א צילא דמהימנותא וואס זאל שולט זיין אויף די שבירת הכלים, און מ'זאל קענען צוריק גיין צו די לוחות הראשונות
ווייזען אז ער האט נישט די מינדעסטע ידיעה אין אפילו שרייבען א ווערטעל ווען עס קומט חוזק צו מאכען פין די ווערטער וואס ער הערט ביי שלש סעודות תורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 12:06 |
|
| |
גם אני מסכים לדברי נבוכרנצר שיש להקפיד על הגבול הדק בין פארודיה לבין זילזול בקדשי ישראל.
הגם שמשיח ה' הוא לא בעל עשרות הניקים שנבוכרנצר חושב שהוא.
ומשיח ה אבקש באם אכן יש לך עט וכשרון למה ששלא תנצל אותו להנות יהודים במקום לצער אותם.
הרי אחינו אתה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 07:38 |
|
| |
א טיפן און הארציגן דאנק פאר מיינע חשוב'ע אוהדים, וואס האבן גענומען די מיה און צייט אויסצודרוקן זייערע געפילן כלפי מיין שרייבעריי.
ובפרט להרב שמעק טאביק, די מוסר השכל וואס דו האסט צוגעלייגט 'טיפּט איט אף' ווי מ'זאגט אין ענגליש. כה לחי.
כדי לקיים והייתם נקיים מה' ומישראל, וויל איך קלאר שטעלן אפאר נקודות.
א. איך בין נישט קיין אפיקורס. און איך בין נישט אנגעשטעקט (אדער געשמעקט) מיט השכלה.
ב. איך גלייב באמונה שלימה אין גאט, און אין זיין תורה.
ג. הרב שמעק טאביק האט עס זייער קלאר ארויס געברענגט. איך האב א ברייטע שפראך. איך פארשטיי אז לאו כל מוחא סביל דא, אבער פאר די וואס יא איז עס ווערט. און די וואס קענען עס נישט דערהייבן, זאלן נישט עפענען אן אשכול וואס איך שרייב. קיינער צווינגט אייך נישט צו ליינען.
ד. איך האב נאר איין ניק וואס איך נוץ. מיינע ידידים האבן מיך שוין אפאר מאל געפרעגט, פארוואס מאכסטו נישט נאך א ניק, וועסטו קענען שרייבן אנדערע זאכן אויך? נאר וויבאלד איך בין א גראדער מענטש, וויל איך מיך נישט באנוצן מיט אזעלכע מהלכים. עס איז צו מיין טיפסטן דיסאפוינטמענט אז מען באשולדיגט מיך אין שרייבן אונטער אנדערע נעמען.
משיח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 02:49 |
|
| |
ר' טאביק שמעקער, איך בין טאקע א נייער שרייבער דא, אבער יענער דרך איז אן אלטער דרך, נאך פון די צייטן פון ש"ע (רמז קל, אנטאנים: עליכם שלום), יל"ג, פ"ס, און נאך אנדערע, שהלכו לאנחות, ואותנו עזבו למנוחות.
איך לייען שוין זיינע תגובות (אויך די פארשלייערטע אונטער פארשידענע ניקס, דא, און אין אנדערע פורומים) א לאנגע צייט, נאך אין גלגול ראשון א.פ. מען דארף זיין א נאר און זיך וועלן איינרעדן אז זיינע ווערטער זענען נישט אנגעשטעקט מיט דאס וואס איך האב דערמאנט.
איך וועל נישט אטאקירן קיין מענטשן ברבים, אבער, מען קען זיין זייער א געשמאקער שרייבער, עס אז אבער דא א ביז! דארט ווי נישט - קען ער שרייבן געזונטערהייט. איך בין נישט קיין מנהל, אבער צענדליגער אשכולות נארישע פאליטיק פון די צוויי צדדים אין סאטמאר, איז ווייניגער שעדליך פאר די נשמה ווי איין שורה פון די סארט ווערטער!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 02:43 |
|
| |
נישט נאר די תגובות, אפילו זיין נאמען איז ריין ליצנות פון איינע פון די הייליגסטע באגריפן ביי אידן !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 02:38 |
|
| |
נבוכדנאצר, ווי ס'קוקט אויס ביסטו נאך א נייער שרייבער דא, און דו קענסטו נישט משיח'ס דרך פון שרייבן. ער איז זייער א געשמאקער שרייבער, אבער מערערע מאל מאכט זיך אז עטליכע חברים האלטן אז זיינע הודעות ענטהאלטן אין זיך א שמץ של ליצנות מהקדוש לנו. איך גלייב נישט אז ער איז א לץ, אבער דאס איז זיין נוסח המקובל.
לענינינו, משיח! דער שטן האט געזעהן ווי עס געפינט זיך אזא חשוב'ער איד אין וומסב"ג און ער האט מיט זיינע זכותים מקרב געווען ביאת המשיח (אמת, משיח?) און דער שטן האט דאס נישט אויסגעהאלטן, האט ער אנגעברענגט א מחלוקה און שלו' בית פראבלעמען, און דערמיט איז אלעס צעשטערט געווארן.
דער מוסר השכל פאר אונז: מיר קענען מקיים זיין מצוות ומעש"ט, אבער מיט מחלוקת גייט אלעס צוגרינד, און דער איינציגסטער וואס פארדינט דערפון איז דער שטן המשחית. מיר האלטן אויף די גאולה שלימה מיט אונזערע נארישע פאליטיק!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 23:00 |
|
| |
משיח, באזירט אויף די תגובה, און אויף אנדערע תגובות, באלאנגסטו ליבערשט צום פורום אידישער וועלט, נישט דא.
דא איז נישט דער ארט פאר אפיקורסים. ליצנות מאכן פון הייליגע באגריפן - איז אויסדריקליך פון דעם סארט.
לויט משיח, דארף מען חוזק מאכן אין חודש אדר פון אביי ורבא! נו, זיי נישט אזא תמים! עס איז אדר!
איך בין זיכער אז דער מנהל, און צענדליגער אנדערע אויפריכטיגע חברי הפורום זענען פולשטענדיג מסכים מיט מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 22:19 |
|
| |
(מיין תגובה איז בטעות אריין צוויי מאל)
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 15/02/2005 23:04:07
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 07:25 |
|
| |
זאלי, זיי נישט אזא תמים.
ס'איז חודש אדר, מען מעג זיך אביסל אונטערהאלטן.
משיח, יו אר די גרעיטעסט. איי לאוו יור ווארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2005 03:15 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף חוזק מאכן פון הייליגע באגריפן כדי צו דערציילן א "פאני" מעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2005 21:45 |
|
| |
בארא_פארק שרייבט:
זייער שיין די מעשה. איך האב באמת הנאה געהאט.
אייגענס?
אגב, איך האב יארן צירוק געהערט א מעשה פון עפעס א Goldy Lox אין די דריי בערעלעך. איך געדענק עס נישט אזוי גוט און עס בענקט מיר זייער עס צו הערן. אויב קענט איהר עס דא ברענגן וואלט איך מורא'דיג הנאה געהאט.
|
|
|
|
|