בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פון היינט און ווייטער איז יעדער ר'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2005 20:51 לינק ישיר 

כוריזמא
מיינע ווערטער האב איך געשריבן מיט'ן פולן ערענסקייט, אין איך זאג עס נאכאמאל, איך קען נישט צולייגן אויף אהרן'ס נאמען דאס אויס ר', ווייל לדעתי האט ער פארשוועכט סאטמאר'ס כבוד אויף גאר אן הארבן אופן, הן מיטן גיין אין ערכאות בשאט נפש אין הן מיט פראקלאמירן די מרידה קעגן זיין אייגענעם טאטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 20:56 לינק ישיר 

אם כן אין לדבר סוף

מארגן וועל איך מוזן שרייבן אויף קוק מיט אלישוב (וואס אהרן איז נישט ווייניגער שייגעץ ווי זיי) דעם טיטול ר'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 21:01 לינק ישיר 

דער רבי ז"ל האט אויך געשריבן הר' אויף קוק, ניט געפערליך, מעגסט אזויפיל שרייבן, און נישט זיין פרומער ווי דעם רבן של כל בני הגולה ואבי תורת הקנאות בדורינו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 21:08 לינק ישיר 

אגב בין איך אמאל געווען שטארק קעגן דעם וואס מען רופט רבנים אן דעם טיטול ר'.

אדרבא, לייען וואס כ'האב אמאל געשריבן אין אן אנדערן פורום, דאס איז געווען נאך איידער איך בין אזוי שטארק אריינגעדרייט געווארן אין דעם טינופת פון היידפארק, וואו מען איז נאר ביזי מיט א שטעכווארט און א שמוצעלע, פאטש פאר פאטש:

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=776005





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 21:08 לינק ישיר 

אז די רעדסט פון קוק דארפסטו וויסן אז דער רבי האט אויף אים געשריבן כופר בעיקרי העיקיים, איש צר ואוייב, אין אן קיין ווארט ר' אדער הר', איינמאל האט ער געשריבן הרב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 21:27 לינק ישיר 

"ר'" חורינער, טאקע משם ראי' אז אפילו אויף א מענטש וואס איז א "כופר בעיקרי העיקרים, איש צר ואוייב", קען מען שרייבן "הרב". און דא רעדט זיך דאך נישט פון שרייבן הרב (וואס איך וואלט קיינמאל נישט געקענט שרייבן אויף "ר'" זלמן לייב, ווייל ער איז דאך נישט, און קיין ליגנער בין איך דאך נישט), נאר ר' וואס איז לגמרי נישט קיין טיטל דאס צייגט נאר א מענטשליכקייט פונעם שרייבער און מיינט גארנישט אופן באשריבענעם.

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 15/02/2005 21:35:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 22:52 לינק ישיר 

ר' חורינער, נאכן ליינען דיין תגובה האב איך אנגערופן דעם בי"ד הגדול דקהל יטב לב און געפרעגט וויאזוי מען ספעלט דאס אויס "אויס", מען האט תיכף צוזאמען גערופן אלע חברי הבית דין און נאך א לאנגע שקלא וטריא באשלאסן אריבער צו גיין צום גאב"ד ר' זלמן לייב און הערן זיין חוות דעת, ער האט אויסגעהערט די שווערע שאלה מיטן גרעסטן מאס ערנסקייט, און נאך גרויס ישוב הדעת האט ער גענטפערט אז עס איז דא וואס פירט זיך אזוי און ס'איז דא וואס פירט זיך אזוי, למעשה נאך עטלעכע שעה שוקל זיין דעם ענין איז מען געקומען צו א החלטה וואס רוב חברי הבית דין האבן אינטערגעשריבן אז דאס אויס "אויס" ספעלט מען "אות".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 23:01 לינק ישיר 

ר' חורינער, איך גלייב אז "ר' אינגערמאן" וועט נישט ברוגז זיין אויב מ'שרייבט פאר א נאמען די ווערטער "כבוד קדושת"

חוץ אויב עס וועט זיך נעמען פליען "כבוד קדושת'ן" פון אלע זייטן, אזוי אז מען וועט זיך פשוט נישט קענען קיין עצה געבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2005 11:34 לינק ישיר 

כל הכבוד אינגערמאן

איך האב אמאל געפרעגט דעם מנהל פארוואס ער אינפארסירט נישט אזא סארט תקנה האט ער מיט געזאגט אז ער לאזט טאקע נישט שרייבען אויף א רב אין א מינימום ר' נאר אויף די צוויי סאטמארער רבנים שליט"א וויבאלד עס איז אזוי פרוץ, וועט ער מוזען מעקען יעדער תגובה.



אויב די וועסט עס קענען אויספירען אין די תקופה וואס די אנדערע מנהלים זענען נישט דא, והיה זה שכרינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2005 06:02 לינק ישיר 

ד' דברים צריכים חיזוק בכל יום!

איך בעט נאכאמאל זיך צוריקהאלטן פון שרייבן כינויי שמות אויף סיי וועמען.

לכתחילה זאל מען שרייבן ר', בדיעבד כאטש נישט קיין כינוי שם של קלון ובוז.

ס'איז נישט עלויבט צו שרייבן פריוואטע נעמן, העכסטענס נוצט ראשי תיבות, אויב איז עס פובליק פיגורס און נישט לשון הרע א.ד.ג., קען מען דאס דורכלאזן

איך שלאג פאר אלץ סטאנדארד קעו מען נוצן דאס וואס דער איד / דער בלאט וואלט געדרוקט, מעג מען שרייבן, וואס זאגט איר צו דעם?

געדענקט! אלע איסור פון לשון הרע, רכילות, כינוי שם רע, בזיון ת"ח, א.א.וו. גייען אן דא אויך


איך דאנק די אלע מעמבערס וואס העלפן דערצו און זענען מחזק די ניע סדר סיי אין אישי און סיי אין פורם

איך בעט די געציילטע וואס ס'קומט זיי אן שווער, זאל זיך אויך צושטעלן

א דאנק און א גוטע וואך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 16:54 לינק ישיר 

לויט "אינגערמאן'ס" נייע הצעה, אז מען זאל ניצן אויסדרוקן פונעם איד/בלאט, וועט מען דארפן ניצן די אויסדרוקן אזוי:

א שלעגער - מלאך
אויף הרב ריחמ"פ - ראב"ד ביד"צ דקיט"ל סאטמאר
אויף הרה"צ אברהם לייטנער שליט"א - גירסא א': פגום (כפי שקרא אותו כ"ק רבינו שליט"א)
אויף הרה"צ אברהם לייטנער שליט"א - גירסא ב': נבילה טובה הימנו (דער-איד תשנ"ד)
אויף ר' נ.ב. בעה"ב על ביהמ"ד בית יואל בוומ"ס - פלניא גזלנא (דער-איד)
BLACK-OUT - שווארץ אויס (דער בלאט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2005 18:05 לינק ישיר 

נא לחזק את זה, בתודה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פון היינט און ווייטער איז יעדער ר'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.