דו ווייסט זיכער דעם טייטש "ומותר האדם מן הבהמה אין", אז א מענטש קען זאגן ניין!
רוב שרייבער דא האבן זיך שטענדיג אליין קאנטראלירט, נישט איינמאל האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון א "גוטס" ווייל איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן.
ממש די וואך ווען מען האט דא מבזה געווען מיין רב, הגה"צ ר' זלמן לייב שליט"א, מיט געשטיקלטע ליצנות בילדער האב איך געהאט א בילד מיט פאטאשאפ פון ר' אהרן מיטן הינדל און מיט דזשיגן, ליצי ליצנות, ממש זיך צום קוילערן, די אהרונים וואלטן געזען אז פאטאשאפ ארבעט פאר די זאליס אויך! אבער איך האב מיך די לעצטע מינוט צוריקגעהאלטן פון עס פאוסטן, ווייל איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג.
און איך האב נישט קיין חרטה. (מח שליט על הלב...)
רוב חברים דריקן אויס א דאנק פאר אינגערמאן פאר'ן מאכן דא ארדענונג...
קיפ אפ יור גוד ווארק.
נשלח ב-16/2/2005 00:34
יישר כח אינגערמאן פארן מאכן סדר
איך האב פשוט פארלוירן דעם אפעטיט לעצטנס צו כאפן א שפאנציר אין פארק
KEEP IT UP
נשלח ב-16/2/2005 01:16
איך בין שוין איינגעשריבן אין אן אנדערן פורום צוליב'ן כאאס דא. ישר כח אינגערמאן
נשלח ב-16/2/2005 01:26
נו, ביזט וועלקאם צוריק צו קומען
נשלח ב-16/2/2005 01:29
אינגערמאן האסטו געמאכט א דזשאב,
איך וואלט געבעטן אז דו זאלסט בלייבן מנהל משנה און פארזעצן מיט דיין גוטע ארבעט.
די לעצטע צוויי טעג איז ב"ה געווארן א נארמאלע זאך צו זאגן מיין רב און ר' זלמן לייב, אדער מיין רב און ר' אהרן. ממש א נחת אריינצוקומען אהער.
לאמיר אלע קאנטיניוען אויף דעם דרך.
נשלח ב-16/2/2005 01:55
זעט אויס אז דער זמן איז משפיע. ס'איז דאך חודש אדר. "ונהפוך הוא". פירן מיר זיך אויך אויף אנדערש ווי א גאנץ יאר.
קודם וועט עס כאטש אנהאלטן פאר צוויי חדשים, און לכאורה, אויב מען וועט זיך צוגעוואוינען דערצו און זען אז ס'איז נישט שלעכט צו לעבן נארמאל, וועט מען שוין נישט וועלן איבערשפילן דעם אומציוויליזירטן כאאטישן צושטאנד פון ביז היינט.
כל הכבוד, אינגערמאן!
נשלח ב-16/2/2005 11:38
די חברי הפורום דארפען קויפען א מתנה פאר אינגערמאן.
נאך א וואך כאאס וואס האט פארטריבען מיך מיט אנדערע האט ער גענומען די לייצען אין די האנט אין געמאכעט סדר.
נשלח ב-16/2/2005 18:39
איז נישט באהאלטן אינטער די ניק "אינגערמאן", Jewbow's רביצין?...