| נשלח ב-16/2/2005 01:07 |
|
| |
הורעי פארן חתן דנן דזשובוי ני"ו
מורי ורבותי! גבירותי ורבותי! מיינע הערן און מיין דאמען!
עס שטייט אל תדין את חברך עד שגיע למקומו,
מען ווייסט נישט צו שעצן די ארבייט וואס דזשובוי ומשנהו אין הכי נמי לייגן דא אריין אז מיר זאל האבן א אינטערסאנט אויסגעהאלטן פלאץ ווי זיך צו לופטערן זעהן נייעס אדער אפילו דעבאטירן און טענה'ן נארמאל.
און זיך נישט דארפן דרייען ח"ו אין די אומאויסגעהאלטענע צווייפעלהאפטיגע מקומות, וואס אפילו די ערליכסטע ווי די נייעס בלעטער זענען אויך נישט געאייגענט פאר אונזערס א יונגערמאן, כש"כ אויב ח"ו מ'כאפט א גליטש אביסל אהינצור, דעמאלאס איז אוי וויי השם ישמרינו.
אבער צו האט איר אן אהנונג וואס דאס קאסט, מיה און צייט, געדולד און נערווען???
איר האט נישט די מינדעסטע השגה!!!
רבותי, עס קאסט שעות, מיט געדולד, און סובל זיין פון שווערע מענטשן, זיך לאזן אמאל ווערן אטאקירט און נישט פארלירן דעם גלייכגעוויכט נאר טוהן וואס איז ריכטיג פאר'ן ציבור.
איך בין דא אינגאנצן געציילטע טעג, און איך זאג אייך, עס איז א מלאכה קשה, איך קען קוים ווארטן דאס צוריק צו געבן אין א גוטע שעה פאר די חשוב'ע מנהלים.
אבער מיין שעצונג און הכרת הטובה איז געוואקסן פיל פאכיג, און איך טוה דאס מיטטילן מיט אייך.
פארוואס זאג איך דאס אייך?
ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 01:23 |
|
| |
JEWBOY אנחנו מתגעגעים איליך
מקוים שתחזור אילינו בהקדם ביתר שאת וביתר עז
הורעי הורעי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 02:50 |
|
| |
אני אתגעגע גם למנהל משנה החדש שהחיל לעשות סדר כאן בפורום.
כה לחי !
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 11:44 |
|
| |
אינהכינמי
טוב ששמענו את זה ממישהו שהגיע למקומם, כנראה גם לא ידעת את זה עד שקיבלת את המינוי המרומם.
אך רציתי להגיד לך שגם אתה מוכשר בענין
.
חן חן לך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 18:26 |
|
| |
"אינגערמאן", יעדער ווייסט טאקע היינט צו שעצן, אבער דו האסט געטון איין שריט בעסער פון JEWBOW!
דו האסט געמאכט אפאר "גענעראל פארזאמלונגן"!
דו האסט גערעדט/געשריבן/מסביר געווען פאר יעדעם, אין א פשוטן טרוקענעם אידיש, "הערטס אויף", פירטס ענק אויף נארמאל.
(אוודאי האט מען אריינגערוקט פאר "יענע חברה" אפאר שמיצעלעך פון אינטן, ביז זיי האבן "געכאפט" אז מען מיינט טאקע זיי...)
דיינע געשריבענע בקשות האבן צוגעלייגט א געוואלדיגן געשמאק צום געוואלדיגן סוקסעס!
ווי אזוי גייט דאס ווערטל:
אז דו פארפירסט, זעהט מען דיך
אז דו שרייסט, הערט מען דיך
אז דו רעדסט, פארשטייט מען דיך!!!
נאכאמאל א יישר כח!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2005 23:03 |
|
| |
משה בער,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2005 20:04 |
|
| |
אינגערמאן
אשריך שזכית לקדש שם שמים!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 17:13 |
|
| |
איך ברענג ארויף דעם אשכול נאכאמאל לכבודו פון דזושבוי און זיין סגן אין הכי נמי
איך ערהאלט אמאל קריטיק אין אישי, שרייבער פארשטייען נישט די שווערע ארבייט וואס די מנהלים האבן צו האלטן דעם פורם ריין זויבער און אינטערעסאנט פאר אייער טובה וועגן
דאס נעמט שעות צייט און געדולד, און ווען א שרייבער צעווילדעוועט זיך און הייבט אן אטאקירן און שרייבן נישט אויסגעהאלטן זאל ער פארשטיין אז ער מאכט שאדן פאר זיך און פאר יעדן, אזוי ווי ווען דו גיסט אויס א גארבעדזש קען אין דיין ליווינג רום אדער אפיס וואס מיר דארפן אויפקלינען
דעריבער אויב האט מען געמעקט פון אייך עפעס אמאל, ווערט נישט אויפגערעגט נאר פרובירט צו פארשטיין וואס מען טוט, די מנהלים האבן נישט קיין צד אין קיין שום פאליטיק, נאר אז דאס פלאץ זאל בלייבן אינטרעסאנט אןו אויסגעהאלטן - פאר חסידישע אינגעלייט.
ווי אויך אויב זעהט איר עעפס וואס איז אקעגן די דערמאנטע ביטע שרייבט גלייך אין אישי פאר די מנהלים, מיר וועלן דאס אי"ה מתקן זיין באלד ווען מיר זעהן דאס.
און אז מען מעקט עפעס, לייגט דאס נישט צוריק, איר קענט שטענדיג אנפרעגן - אין אישי - פארוואס מען האט דאס געמעקט.
ביטע העלפט אונז, אנצוהאלטן דעם הויכן ניווא
חזרה אין קורצן:
שרייבט ר' אויף יעדן, נוצט נישט קיין כינויי שמות אדער סתם באליידיגונגס טיטלן און צווישןרופן, האלט זיך רואויג און צו דער טעמע, און שרייבט ח"ו נישט ניבול פה פריוואטע נעמן הלבנת פנים א.א.וו.
געדענקט! איר זענט א חסידישער אינגערמאן, און אויך דא גייט אן אלע כללי הלכות לשה"ר רכילות הלבנות פנים א.א.וו.
DISCLAIMER גילוי דעת!!!
מיר מנהלים נעמן אין קיין פאל נישט די אחריות אויף וואס ווערט געשריבן דא אין פורם, די אחריות ליגט אויף יעדן שרייבער אליין אויף וואס ער שרייבט, טראץ וואס מיר פרובירן שטארק צו האלטן דאס פלאץ זויבער, איז אבער די אחריות גענצליך אויף יעדן אליין, און מיר זענען נאר דא לתיקונא ולא לעוותא!!!!
יעדער חסיד קען האלטן אן אויג צו מען איז נישט פוגע אין זיין רבי'ן א.ד.ג. און אויב יא שרייבן אין אישי און מיר וועלן דאס בל"נ באלד מתקן זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2005 21:05 |
|
| |
ישר כח 
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 20:07 |
|
| |
ס'איז אמאל געוען צייטן דא...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2006 21:40 |
|
| |
איך בין און ארץ ישראל און איך גייא אריין יעדין טאג און חדשות אנ"ש כדי ציא זעהן דז'בויס ארבעט און איך טיא דאס זייער שעטצין
איך האף אז עהר וועט צים סוף לערנען בעסער עברית און אלע יידין און ארץ ישראל וועלין אויכעט הנאה האבין פון עהם אזוי ויא עטץ אמעריקאנער
כה לחי
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2006 20:46 |
|
| |
קרעמער, <ווי איז די מענטשעלע מיט די פאזיטיווע ווינק פונעם דיקן פינגער? אה געטראפן ענדליך>
|
|
|
|
|