אפשר זאגסטו מיר וואו אין גאט'ס גרויסע וועלט האלט מען שוין "טיף" (אין די אדמה) אינמיטן מאכן די סארט ראודס? אמת, מ'רעדט שוין דערפון יאהרן, אבער לויט ווי איך האב געהערט איז עס נאך ווייט פון מוציא זיין מכח אל הפועל.
סיעט בעלטס האט יעדער פיינט, אבער צו שטארבן האט מען נאך מער פיינט. וואס קען מען טאן אז סיעט בעלטס האט שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשן פון טויט? ס'איז נישט צום פארשטיין ווי אזוי מענטשן קענען אונטערשאצן די סגולה פון סיעט בעלטס. וואס יא, די פאליציי דארף נישט געבן קיין טיקעט דערויף - וואס איז "זיי" א חילוק אז איך שטעל מיך איין דאס לעבן?
איך, ווען ס'וואלט געווען בכוחי, וואלט איך אויסגעריסן אלע פאליציי פון וועג. עוקר מן השורש געווען. דאס איז דער גרעסטער שטער פאר א (נארמאלער) דרייווער. ווען זיי טשעפענען זיך אן אויף א קלייניגקייט איז צרות ווי א בארג. זאלן זיי זיצן אין זייער שענק און זויפן קאוק.
די חברה רעדן פון "קלוגע ראודס", האבן זיי דען די געלט דאס צו בויען? אמעריקע האט איינע פון די ערגסטע ראודס פון רוב מאדערנע לענדער איבער די וועלט! אפילו אין ארץ ישראל וואס באקומט פון אמעריקע געלט, האט עפ"י רוב הערליכע געשמאקע ראודס. קוקט נאר וואספארא עירפארט זיי האבן זיך געבויעט, אזש ס'פארפאקט אלע אמעריקאנער עירפארטס.
איך מיין נישט דא צו רימען די מדינה (מ'טאר דאך נישט הנאה האבן - איין מינוט, איך האב שוין הנאה געהאט? וויי איז מיר! אבער אין אמת'ן האבן מיר דאך אלע הנאה פון די מדינה זיצנדיג דא אויף היידפארק!) בעיקר וויל איך ארויסברענגען פארוואס אמעריקע האט אזעלכע פארקראכטע ראודס, און וויפיל מ'ארבעט דערויף איז נישט גענוג, מ'ארבעט שוין יארן אויפן טרייבארא בריק, אויפן FDR דרייוו (אדער הארלעם ריווער דרייוו) איז דא איין חלק וואס דריזלט אוועק שוין פאר יארן; אין וויליאמסבורג בריק איז בעסער? און די לאקאלע ראודס, הן אין וומסב"ג, ב"פ און פלעטבוש, מאנסי און קרית יואל, אלעס איז פארזעצט פון זעכציג יאר צוריק. באמפס מיט לעכער (פאטהאולס) וואו מ'פארט נאר. ס'איז א אפקומעניש. ספעציעל נאך אויב מ'האט נישט אזא סמאאד קאר וואס טאנצט אויף יעדן בענדל ווי מ'וואלט אריבערגעפארן אן אייזבארג.
אנטשולדיגט אויב איך בין טיף פארקראכן פון ענין. ס'איז געווען טענו בחיטין והודו לו ב...? בבחי' השתא דאתיא לידן נימא בהו מילתא.
משה בער, אויב ביי דיין קאר פארשפארט זיך די טויערן ביי 15 MPH דאן האסטו מסתמא א קרייסלער אדער DODGE, אנדערע (FORD אדער GM) פארמאכן זיך גלייך - אדער קיינמאל נישט.
און לענינינו: יא, מיר לעבן אין א אויטאמטישע וועלט. נישט נאר אין קאר, נאר יעדע טריט און שריט. היינט איז שוין דא אין די טייערע אויטאס פיל מער אויטאמאטישע פיטשעווקעס, ווי אויטאמאטישע עירקאנדישאן/סטיעם (אזוי ווי אינדערהיים, מ'שטעלט אן א טערמאסטאט און דער מאשין שטעלט זיך צו דערצו); נעוויאגאציע סיסטעמ'ס וואס מ'קען רעדן צו זיי און צו די גאנצע קאר ("מאך העכער דעם טעיפ"; "מאך אביסל קלענער דעם סטיעם"; לעיזער קראז קאנטראל - דהיינו דער קאר פארט אליין, דו דארפסט נאר דרייען דעם רעדל. ער פארט אויף א שנעלקייט וואס מ'שטעלט אים אן, און אויב באמערקט ער עפעס אין פארנט פון קאר דאן פארט ער שטאטער לויט די ספיד פון די פראנט קאר. אויב דער קאר אין פארנט ווערט פארשוואונדן פארט ער צוריק צו די אנגעשטעלטע ספיד.
איך קען שרייבן דא נאך און נאך א גאנצע נאכט און נישט פארטיג ווערן. וועלן מיר דאס לאזן אויף א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד.
תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 17/02/2005 4:40:25
 |
|
|