לעצטענס זעה איך ווי מענטשען ווערען מער און מער אבסעסט מיט וואשען די הענט אין בתי מדרשים.
אז איך האב ביז היינט געדארפט ווארטען ביי שלש סעודות צו זעהן ווי יעדער וואשט זיך די הענט מיט גאנצע טעפעלעך, און טריקענע הענט, און טריקענע טעפלעך, און דורך זיכטיגע וואסער, און די גאנצע סעט פין חומרות וואס ווערט נתפשט ביי כלל ישראל ווי גרויזאמע היישעריקען, האב איך נאך דערליטען. אבער לעצטענס ווערט עס שרעקלעך, נאך א פשוטע בית הכסא זעה ווי מענטשען וואשען זיך מיט דריי מאל אנפילען די טעפעל און אנגיסען מיט ווער ווייס נייע חומרות.
איז די שאלה אזוי!!
איז דא א מקור זיך צו וואשען מער ווי זעקס מאל נאך א פשוטע טוילעט?
אויב איך האב נישט א טעות האב איך כמה פעמים געזעהן עלטערע אידען פין דור הישן וואשען זיך נאר פיר מאל נאך א טוילעט. איך בין שוין מסכים אויף זעקס, מיר זענען דאך קליגער! אבער אכט צען צוועלעף? וואס עפעס?
אין סאטמאר איז געווען א חשוב'ער משמש הר"ר גרשון מנדל פעלדמאו זצ"ל א איד א ת"ח כ'מיין ער האט שפעטער געהאט א ישיבה אליין
ער פלעגט שרייען ביים וואשן:
יעדער זאל זיך וואשן אזוי ווי ער וואשט זיך אינדערהיים!
נשלח ב-16/2/2005 23:39
די חומרות און מנהגים ביי נטילת ידים, האט שוין היינט געברענגט א צווייטע מנהג, דהיינו, מענטשן וואשן זיך היינט עמטליך צו שלש סעודות פאר מנחה, כדאי נישט צו דארפן לאנג שטיין און פארשפעטיגן דעם צאת הכוכבים פון מוצאי שב"ק.
ס'איז נישט קיין עולה, אבער, ס'איז א דירעקטע תוצאה!
נשלח ב-16/2/2005 23:25
לויט דער הלכה ווי איך געדענק דארף מען נאר איינמאהל וואשען די הענט פאר 'אשר יצר' אין עס מוז נישט זיין מיט 'כח אדם'
נטילת ידים לפת דארף מען צוויי מאהל מכח אדם נאר אז מ'נוצט פונקט א רביעית ווייל מים ראשונים ווערן דאך טמא פון דעם האנט (שסתם ידים שניות לטומאה) דארף מען נאך אמאהל גיסען כדי אוועק צו וואשין די 'טמא'נע וואסער.
מין הדין אויב מ'נוצט מער פון א רביעית וואסער דארף מען נישט גיסען מיט צוויי עקסטערע כוחות.
וכאן המקום זיך אפ-צורעדען מיין הארץ אויף די פרומע וואס לאזען שטיין אין ווארטן -פאר שלש סעודת- דעם גאנצען עולם, מיט זייער שטיק, רוב פון זיי ווייסן אפילו נישט הלכות נטילת ידים"
אויב מ'האט גענוג וואסער דארף מען בכלל נישט טריקענען די הענט 'פאר' נטילת ידים (ווי דערמאנט אז די צווייטע מאס וואסער נעמעט דאך אוועק די טמא'נע וואסער).
אויב איינער טענה'עט אז ער האט אויסער געוועהנליכע חומרות ביי נטילת ידים, פיין, תבא עליו ברכה! אבער ווי איז דער מידת חסידות פון לאזן יונג אין אלט שטיין אין ווארטען ער זאל פערטיג ווערען. בוסט פרום? שטעל זיך צום סוף אין ווארט אז מיר די פויערן 'עם הארצים' זאלן פארטיג ווערען אין דער נאך קום צו אין מאך דיין גרויסער עבודת הבורא.
איך האב געהערט פון אן עלטערן איד אז אין דער היים האט מען אזא איינעם גערופען א "בוימל פישער" ווייל ער איז אזוי הייליג אז ער קען נאר 'קטן'ען שמן זית זך נישט סתם אבי 'מי רגלים'
נשלח ב-16/2/2005 23:01
איך האב געהערט בשם הגאון בעל חזון איש זי"ע אז פאר נעגל וואסער זאל מען זיך אפגיסן ביידע וועגן סיי סירוגין, סיי ווי נטילת ידים, און עד כדי כך אז אמאל האט ער געהאט אינמיטן נאכט ציין ווייטאג, און ער האט אריינגערופן א איד זאל איהם עפעס באקוקן די ציין, האט ער נישט געוואלט לאזן יענעם אנרירן אין זיין הייליג מויל איידער יענער וואשט זיך די הענט לויט זיין מנהג