בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אידן דעבאטירן - די עפארדעבל חתונה פלאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/2/2005 23:14 לינק ישיר 
אידן דעבאטירן - די עפארדעבל חתונה פלאן

סוף זומער איז יעדן אנגעקומען אויף פאסט דער קונטרס "עפארדעבל חתונה פלאן", אין וועלכן עס איז ארויסגעברענגט געווארן דער געדאנקט טאטאל איבערצומאכן דעם סטאנדארט פון חתונה מאכן.
לויט דעם סקעדזשועל וואס זיי האבן אנגעגעבן האט מען שוין אין חודש כסלו געדארפט צוריקשיקן פאר'ן עולם וואס די החלטות פונעם ציבור זענען געווען.
למעשה האלט מען שוין חודש אדר הראשון, און מען האט עס נאכנישט באקומען, ווייסט אפשר איינער וואס די פלענער זענען אויף ווייטער?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2005 07:41 לינק ישיר 

האפענטליך וועט זיין נאך א קאנטראסט צווישן די צוויי חתונות, אז די שווארץ חתונה האט זיך נישט אינגאנצן אויסגעארבעט, זיי האבן גענוצט א טעיפ רעקארדער פון א רבי'שע חתונה און אינמיטן טאנצו האט זיך אויסגערופן אויפ'ן מייק אז דער רבי זאל זיין געזונט קומט באלד אריין... אזוי אז קיינער האט זיי נישט נאכגעמאכט, און זיי אליין האבן זיך נישט נאכגעמאכט...




איך בין נייגעריג צו וויסן מער פרטים וועגן די פערענץ חתונה, ווער האט געברענגט די ספיקערס, ווער האט קאנטראלירט די מוזיק, האט מען זיך באמת אסאך געשפארט?




תוקן על ידי - kjfireman - 22/02/2005 7:45:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2005 07:40 לינק ישיר 

williboy שרייבט:

בשעת די שורות ווערן געשריבן דורך מיר, איז וויליאמסבורג נאך אלץ אונטערן רושם פון די געהויבענעם חתונה וואס איז פארגעקומן פון א פרוואטן מענטש, אבער די גאנצע שטאט האט א חלק גענומען דערין בייצוזיין ווען היסטאריע ברעכט אויס צו ברענגן א ישועה אויף די וועלט און פארלייכטערן די שווערע עול פון חובות וואס אלגעמיינע מחותנים מאכן ליידער דורך.

די ערשטע חתונה אן מוזיק.....!

עס האבן געטאנצן, עס האבן זיך געהויבן, עס האבן זיך געפרייט, טויזענטע אידן פאר די שמחה וואס אט די חתונה גייט ברענגן פאר כלל ישראל. און די פרייליכע אטמעספערע איז געווען פילפאכיג מער ווי מיט מוזיק, דער טעיפ אדער עם.פי.טרי. האט אלעמען געוויזן אז מקען זיך פרייען אידישלעך אן קיין פינעף הונדערט דאלע אין גארביזש.

ווילט איר מסתם וויסן וויאזוי דאס איז געלונגען, און ווער האט דאס געקענט דורכברעכן ביי זיין ווייב און טאכטער צו מוותר זיין אויף זאכן על אף וואס די "פרענדס זענען אנדערש"? דארפט איר קודם זיך באקענען מיט אונזער מחותן...

ר' חיים רפאל פערענץ נ"י, איז פון די דאזיגע וויליאמסבורגע תושבים וואס באלאנגען עכט נישט אין וויליאמבורג, דאס הייסט, אז מיט זיינע מאדענע פירונגען, שטייט ער אנדערשט ווי דער עולם גולם וואס טאנצט נאך אלעמען אלגעמיינער טיפ פון א וויליאמסבורגער איד. איך וואלט אים ליבערשט געטראגן קיין מאנסי אדער אייראפע מיט זיין ארטיסטישען חן, אלטן שטריימל, און פידל אין די האנט, ער איז פון די אידן וואס שמייכעלען שטענדיג מיט א גוט ווארט, ער איז אייביג אין די הויכע ספערן פון לעבן. ער האט גאט'ס און שעמט זיך נישט צו זיין אייגעארטיג... ער האט שוין אויפגעטרעטן אלס רעדנער פאר אן איחוד התלמידים צוזאמפאר אין ראוז קעסטל, די ערשטער לעגעטימער ארונישער קאנווענשאן נאכן טיילונג, לאוו דווקא ווייל ער איז אן ארוני, נאר פשוט מהאט אים געבעטן צו זאגן אפאר שיינע חיזוק ווערטער פאר א קיבוץ אידן, אויך איז ער טעטיג צו העלפן פרייליך מאכן ארעסטאנטען, און לעצטענס האט ער גענומען זיינע כשרונות צו אויפטרייבן שווערע פאנדס איבערבויען פארלאזטע בתי חיים אין אייראפע.

נעכטן נאכט האט ער חתונה געמאכט אין ויואל משה זאל און ווען איז דא א בעסערע געלעגנהייט צו דעליווערן א ישועה פאר זיין פאלק ווען הקב"ה האט אים באשערט אונטערפירן זיין ערשטע קינד אונטער די חופה בשעה טובה, און ווי מער פאסיג איז צו ברעכן איינגעגעסענע מנהגים פון געלט פארשווענדעריי פאר וואן מען בענדס ווי ביי א פערענץ איווענט?

כלל ישראל וועט אייביג זיין פארחובעט פאר ר' חיים רפאל פערענץ די דורכבראך פון ראטעווען אזויפיל מחותנים פון הארץ אטאקעס, און מיר האפן אז ביי זיין נעקסטע קינד וועט ער באווייזן אז מען דארף בכלל נישט קיין זאל, מקען טאנצען אין א הויז אויך...

וואס טאען מיר ווען אן קיין משוגעים?!


------------------------------------------------------------------------

בדעבד שרייבט


דער שריט איז נישט פרעצעדענטלאז.

ווי ווייט איך ווייס, איז דער ערשטער דאס צו טוען געווען, ר' אלימלך שווארץ פון ק"י.

ר' אלימלך איז אויך א מענטש וואס לעבט פאר זיך און נישט פאר יענעם.

פאר די אלע סקעפטישע וואס צווייפלן צו אזא פאָרל קען עולה יפה זיין, האב איך נייעס אז דעם שווארץ'ס זון מאכט שוין באלד חתונה דאס זייניגע. סאו, א טרעק רעקארד אויף סוקסעס איז שוין אויך פארהאן.

די פרעצעדענט דא איז, דאס דער פערענץ אין קאנטראסט צו שווארץ, פארמאגט גאר א גיטער אויער צו מוזיק, און טראצדעם האט ער פארמאגט דעם כח המעצר.

זאל זיין לעבעדיג.
זאל זיין לעבעדיג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2005 06:37 לינק ישיר 

דא:

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1287804



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2005 05:50 לינק ישיר 

נו, ווער האט א גרוס פון די פערענץ חתונה, וויאוי ס'איז געוען?

איין זאך איז זיכער אז ירבו כמותו בישראל! פאר'ן זיין דער נחשון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 23:24 לינק ישיר 

I'm not sure if a "CD wedding actually hiring a DJ) will be cheaper, but if the singer can learn to control the DJ Equipment it would definetely be at a greater discount and yes it can be controled and songs can be changed in an instantant.
He can have some basic "Base Drums" programmed and sing a new song to the existing chords if and when needed.
I think it "CAN" be worked out the question remains if the public is ready for it.
At this point in time it should be supported especially by the people who can afford rich weddings even if it will save just a few lives.

Don''t Do What I Wouldn''t...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2005 17:26 לינק ישיר 

שמעק
הוא הדבר אשר דיברתי אין אן אנדער אשכול.
דאס שפארען טוישט נאר די סטאנדארט ווי אזוי צו טוהען זאכען, און צום סוף ברענגט עס אז מען ספענד די זעלבע געלט אויף אן אנדער אופן.

מענטשען זענען בטבע אדער א ספענדער אדער פארקערט. ווען איינער מאכט חתונה ספענט ער מער ווי ער קען. ממילא קויפט ער איין פאר אסאך מער ווי ער קען. דער אמתער ארימאן ספענט נישט אזוי פיל ווי א מיטעל קלאס, און ביידע ספענדען נישט אזוי פיל ווי דער גביר. אבער דער צד השוה איז אז יעדער געט אויס מער ווי ער קען.

ממילא איז א גרויסער ספק ביי מיר צו דער גאנצע חתונה פלאן קען איינגעפירט ווערען, איך ווייס אז מען וועמען מען רעדט זאגט מען אז עס איז א גוטע זאך. אבער רוב מענטשען ווילען געבען, און וועלען געבען מער ווי זיי קענען, אז די פאר פאלק זאל זיין איינגערישט.

קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס פאר 75 יאר צוריק, ווען רוב אידען זענען געווען ארימעלייט, האט מען אויך אויסגעגעבען מער ווי מען קען אויף א חתונה? מענטשען זענען געווארען פונקט אזוי פאר'חוב'עט ווי היינט (אויף'ן דעמאלסדיגען שטאפעל)?

די תירוץ איז, מען קען נישט קאנטראלירען א מארקעט, אזוי גייט עס און פערטיג, והמבין יבין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2005 16:56 לינק ישיר 

אין פאר מיר אויך
וישר כח למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2005 07:18 לינק ישיר 

אז דו האסט דאס אין קאמפיוטער, אפשר שיקסטו מיר דאס אריבער, איך זאל אויך הנאה האבן ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 07:11 לינק ישיר 



שמעק טאביק

איך געדענקט נישט אז דער קונטרס זאל רעדן וועגן סי. די.'ס
אבער למעשה געדענק איך ווען מען איז אריבער פון פול בענדס צו וואן מען בענדס.

ביז דאן פלעגט מען נוצט "קול מצהלות" אדער "נגינה" ארקעסטרע, און עס פלעגט קאסטן בערך 1200 דאלער א חתונה.

אויב מען האט זיך געוואלט שפארן, האט מען גענומען נאר 3 שפילערס אנשטאט 4 די רייכע פלעגן נעמען 6 שפילערס.

די שפילערס פלעגן נאר שפילן געציילטע שעה'ן ביי די חתונה, ביי מצוה טאנץ איז שוין נישט געווען אזא זאך ווי מוזיק, חוץ ביי גאר רייכע חתונה פלעגן בלייבן איין שפילער.

א וואן מען בענד פלעגט דעמאלט רעכענען 400 דאלער.

אזוי ווי ס'איז געווארן איינגעפירט אז מען נעמט א וואן מען בענד, איז די פרייז תיכף געשפרינגען צו 800 דאלער, דערנאך צו 1000, און אזוי העכער, די שפילערס האבן אנגעהויבן טשארדזשן אן עקסטערן 100'טער פאר רעקארדן די חתונה, בקיצור מען האט זיך נישט קיין סך געשפארט.

* * *

וועגן סי. די'ס.

דער חשבון איז אז מען וועט האבן רעדי אין קאמפיוטער א הונדערט MP3'ס פון די בעסטער שפילערס און זינגערס, און מען וועט איינשטעלן וועלכע ניגונים זאלן יעצט זינגען, קבלת פנים, שטייטע, לעבעדיגע, הורא, זעקסעטע הקפה ניגון וכו'. למעשה וועט מען דארפן האבן איינעם וואס וועט ברענגען די ספיקערס, און קאנטראלירן די סי די'ס. און גאנץ קורץ וועט מען זיך דערזען דער אינגערמאן וואס קאנטראלירט די סי. דיס. טשארדזשט 1000 פאר א חתונה!
ומה הועילו חכמים בתקנתם???

איך רעד שוין נישט פון דעם אז דער סידי קען נישט מיטשפילן מיטן בדחן ביים גראמען (וואס איז באמת נישט עק וועלט).

מצד השני קען זיין אז צו דעם דארף מען נישט האבן קיין גרויסע קענטעניס, און יעדער פון אונז קען דאך אנצינדן אפאר MP3'ס אויפן קאמפיוטער, ממילא וועט עס יא זיין ביליג ווייל עס וועט זיין גאר אסאך קאמפעטישאן. מען וועט איינקויפן ספיקער און א לעפטאפ פאר בערך 10000 דאלער, און דערנאך וועט מען קענען פארדינען לאמיר זאגן 500 דאלער פאר א חתונה, און די חתונה וועט נאך זיין שענער ווי מיט א וואן מען בענד.

איך האב אין קאמפיוטער עטליכע סעטס פון גאנצע חתונות, אנגעהויבן ביים קבלת פנים און געענדיגט ביי חתן כלה מצוה טאנץ, די מוזיק ביי די חתונה איז פון א גוטן שפילער באגלייט מיט צוויי זינגערס, ס'איז הערליך שיין, שענער ווי סתם א חתונה.


אויב איז איינער געווען ביי די MP3 חתונה, ווערט ער געבעטן איבערצוגעבן זיינע עראינערונגען.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 06:33 לינק ישיר 

עפארדעבל חתונה פלאן מיט א סי.די.? קיינמאל ניט גיהערט דערפון. אין קונטרס איז דאס זיכער נישט געשטאנען.

איך האב געהערט אז צוויי פערענץ ברודער ווילן איינפירן ביי חתונות נישט צו נעמען קיין מוזיקאנט נאר שפילן אויף סי.די.'ס (מוזיקאנט געפינט זיך אפשר דא אין די געגנט?) אבער קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס וועט זיך אויסארבעטן. אז מ'דארף ממילא שלעפן ספיקערס, און א מענטש דארף עס קאנטראלירן פון אנהויב חתונה ביז צום סוף, א"כ מאי הועילו חכמים בתקנתם? קומט עס דען אויס אסאך ביליגער ווי א רעגולער איין-מאן מוזיקאנט (וואס לויפט צווישן 800 און 1500 דאלער)?

און וואס טוט זיך ווען מ'דארף זינגען עפעס א געוויסן ניגון פאר דעם רבי'ן וואס איז איצטערט אריינגעקומען, קענען זיי דאס טוישן אויפן מאמענט? און אויב מ'בעהט שנעלער שטאטער, צולייגן א פאל וואס איז נישט אויפן CD וכו' וכו'... איז דען אלעס מעגליך? ווי אזוי מאכט מען דאס? און ווער רופט אויס די מנינים מעריב און פארלוירענע רינגל? און אז א קאר זאל זיך רוקן אינדרויסן?

ווער עס האט מער פרטים, ביטע מעלדן. איך וויל פארשטיין וווי אזוי עס איז עפארדעבל און וויפיל עס קאסט למעשה.

ביי אסאך עלעקטראניקס פרובירט מען צו מאכן ראבאט'ס נאכצומאכן מענטשן, און די פארשער זאגן אליינס אז מיט די אלע כוחות און יארן ארבעט קען מען אפילו נישט צוקומען צו וואס א מענטש טוט אין א רגע. איין אויגן בליק פון א מענטש איז מער ווערד ווי 100 סענסארס אין א מאשין. א.א.וו.

כלפי מה דברים אמורים, אז קאנטראלירן א סי.די., ווי גוט עס זאל נאר נישט זיין, קען דאס קיינמאל נישט צוקומען נאכצומאכן א "מענטש", דער מבחר היצור. דער מענטש קען זיך אויסלערנען יעדע שעה נייע ניגונים, אדער א מחותן קען אפזינגען א ניגון צווישן די חופה און די סעודה און דער שפילער קען שוין שפילן דעם ניגון ביי די חתונה. קען מען דען זאגן די זעלבע זאך אויף א נישט-לעבעדיגן סי.די.?

נחזור לענינינו. הקושיא עדיין במקומה עומדת: ווען וועט מען טאקע הערן די רעזולטאטן פון די עפארדעבל חתונה פלאן? נאכן אזוי איבערדרייען א וועלט ווארט מען צו הערן די תוצאות! אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2005 06:03 לינק ישיר 

היינט קומט פאר א חתונה אין ויואל משה וואס די מיוזיק וועט זיין לויטן עפארדעבל חתונה פלאן פון א סי די



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2005 23:20 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא האט איר דעם סקעדזשועל:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אידן דעבאטירן - די עפארדעבל חתונה פלאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext