בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וועד הצניעות אין קאמף מיט רודפי נפשות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2005 06:07 לינק ישיר 
וועד הצניעות אין קאמף מיט רודפי נפשות


פרייטאג צונאכט הודערטטער מענטשען זענען זיך צוזאם געלאפען מיט איין געשריי אין וויליאמסבורג
()


אזוי ווי ליידער אין יעדען אידישען אין היימישען געגענט איז ליידער דא היימישע בחורים וואס פאלען ארויס פין די ישיבות אין גייען נעבעך מטה מטה עד דיוטא התחתונה אין אז זיי גייען זיך אין פארדארבען נישט אנדערע איז איין זאך
אבער אזוי ווי זיי גייען מיט הסתה אין עס ממש געקומען צו א מצב פין הפקר אין קיין שום עיצה פין אישי ציבור אין רבנים וואס האבן שוין מיט אלע וועגן פראבירט עס צו באהאנדלען אבער עס ליידער נישט אויפגעטוען
אין אזוי ווי זייהאבן זיך איינגעפירט א נייעם מנהג אפצווואטען ביי שמחה זאלען מיידלעך אין זיי נאך לאקעראן
אויף א שרעקליכען אויפן אין אלע עיצות האבן נישט געהאלפען האבן זיך צוזאם גענמען א דרייסיג אינגלייט דעם שבת ביי די זאלען אין אפגעווארט די שקצים אין באזינגען מיט די ריכטיגע טענער אין די גאס איז שווארטץ געווען פינעם עולם וואס איז זיך צוזאם געלאפען אין זיי האבן מיט זייער עזות זיך געמוזט אפטראגען (מפני תקנות הפורם קען איך נישט שרייבען די נעמען אבער דער וועד הצניעות האט איבער געגעבען די נעמען אין דיאס באזינגען איז געגאנגען מיט די נעמען
יודעי דבר זאגען אז אויב עס וועט אויספעלען וועט מען אריימישען די פאלציי אפצןשטעלן דעם השחתה למען ישמעו ויראו
גראדע איז געוועען רוב דוקא נישט פין די חאניאקעס נאר די בעסערע מענטשען וואס זיי זענען נעבעך די באטראפענע וואס האבן געשריגען נעבעך פין ווייטאג

תוקן על ידי - ekstein - 20/02/2005 6:29:58



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2005 19:45 לינק ישיר 

די אסיפה איז געווען מאנטיג נאכט אין ויואלמשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2005 04:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צו ווייסט איינער אויב דאס האט א שייכות מיט דעם גאנצען ענין, מיין חבר האט מיר דאס אריינגעשיקט אויף אי-מעיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2005 03:00 לינק ישיר 

ווי איך האב געהערט איז נעכטן געווען נאך א אסיפה אין וויליאמסבורג וועגען דעם מצב.

ווער וויל ברענגען מער פרטים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2005 19:40 לינק ישיר 

אז דו וואונסט אין מאנרא, ביסטו טאקע א געפערליכער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2005 18:38 לינק ישיר 

למען האמת וועל איך דיר דאס מאל ענטפערן:
אין וואוין נישט אין מונסי נאר אין מאנראו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2005 01:54 לינק ישיר 

זאג נאר, געפערליכער, די וואוינסט אפשר אין מונסי? ווייל אין די טריי סטעיט איריע קענט איר גאנץ רואיג זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2005 01:51 לינק ישיר 

מיין ווייב זאגט מיר, אמאל ווען איך בין געגגאנגען אליינס אויפן גאס ביינאכט בין איך געווען ראויג ווען א מאן האט שפאצירט אויף יענעם בלאק, היינט אבער האט זי מער מורא.....
די מצב איז ממש
geferlich




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2005 22:45 לינק ישיר 

א אסיפת רבנים איז געווען? ווער האט געמאכט די החלטה? וואס נאך תקנות האט מען ארויסגעגבען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2005 02:51 לינק ישיר 

רוף מיך צוריק װען די ביסט שוין זיכער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 02:39 לינק ישיר 

פדן:

איך בין נישט אזוי זיכער אויב ביי דיר איז דאס א קללה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 02:24 לינק ישיר 

זאלwacky, עס איז באקאנט די מאמר חז''ל "כל המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר, הוא נענה תחילה"


וחילופיהם בגולם אָאָפס... במקלל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 02:11 לינק ישיר 

איך ווינטש און די אלע וויליאמסבורגער תושבים צו טרעפען עסקנים מיט ישוב הדעת, צו פארשטיין וואס איז וויכטיג פארן יישוב.

און אז דער אייבישטער זאל חונן דעת זיין די אלע עסקינים זיי זאלען האבען שכל וואס יא און וואס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 02:10 לינק ישיר 

געשריבן אין א אנדער אשכול, אבער איז נוגע דא אויך



קוטשעמע

איי עם וויט יו, אלל די וועי

עקשטיין מיט איחוד מעמבער'ס שרייבערייען, דאס איז די סימפטאם

דהיינו

כולי עלמא מודי - איך רעד נישט פון די שקצים - אז עס מוז זיין גודרים און עסקנים

נישט דאס איז די פראגע, און נישט דאס איז די קרענק

די ריכטיגע קרענק און פראבלעם איז


"ווער" און נאכאמאל "ווער" זענען די עסקנים

און לאמיר קלאר שטעלן מיין מיינונג, כמעט "אלע" עסקנים פון אלע פארטייען, זאלי, אהרוני, נייטראל, וומ"ס, ב"פ, קרית יואל, זענען שמוץ קערער

און ווען איינער ווי קוטשמע האט די חוצפה עס צו זאגן, וואס מיינט איר געשעהט, מען הייבט אן שרייען

שגץ, עס איז דא געפערליכע שקצים אינגן און מוידן ליידער ליידער, און די רעדסט נאך, אזעלעכע און ענליכע תירוצים הייבן אן צו פליען

יא, אמת ואמת, און פארדעם איז די בראך אזוי גרויס, טאקע ווייל עס איז דא "ערנסטע" פראבלעמען, דארף מען האבן "ערענסטע" 'עסקנים' נישט די שטאט,ס ליידיגייער

איך גיי נישט זאגן אז זיי טוען גארנישט אויף, אוודאי טוען זיי אויף פון צייט צו צייט, ושכרם ישולם מן השמים

אבער, זיי מאכן 'פיל' מער שאדן, מיט זייערע ווילדע שטיקן, קרומע קעפ, פארדארבענע מיינונגן

נעמט א ביישפיל הצלה, עס איז קלאר פאר יעדע בר דעת, וואס אזא 'קענסעלעישאן' ברענגט פאר די יוגנט, וואס מיינט איר, אז די בחורים און מיידלעך שמועסן נישט, פארוואס מען האט דאס אפגעשטעלט, אדרבה מיט דעם מישט מען און מען פארשפרייט דעם פראבלעם, און דאס גיסט נאר צו אויל צו פייער

לאמיר פרעגן, וואס וואלט געווען ווען מען נעמט ווען א 50 עסקנים וואס זאלן שטיין על המשמר, און אכטונג געבן אז "וזר" לא יתערב, איז עס דען אזוי שווער,

דאס גורם זיין 'דירעקט' אז די גאנצע יונגט, זאל מישן די טינופת, אז: פארדעם און פאר יענץ, האט מען עס געמוזט אפשטעלן, דער האט דאס געטאן, יענע האט דאס געטאן, און טאקע בפרטיות און פרטי פרטיות, און אויב ווייסט מען נישט קיין פרטים, מאכט מען און מען דמיון'ט אויס פרטים, און דאס טוען די גרויסע און ערוואקסענע בעסער ווי די קינדער,

אבער, שא, וואס הייסט, עס איז דא פראבלעמען, יא, און פארדעם??? פארדעם גיסט מען צו אויל צום פייער

ליידער, דער צוזאם שטעלן, דאס אז אזויפיל בחורים זענען היינט אן ישיבות, אזעלעכע שמוציגע עסקנים - איך ווייס וואס מען וועט מיר באגיסן דא פאר דאס זאגן - דאס און נאר דאס איז שולדיג אין דעם פראבלעם און נישט וואס קוטשמע און אנדערע זענען מפקפק אויף זיי

די פראגע איז נישט אויב עס איז דא א קרענק

יא ליידער איז דא,

אבער די פראגע איז, ווער זענען די דאקטוירים, און וואס פארא רפואות ניצט מען

איין זאך, איך האף אז מער ערענסטע מענטשן, ווי אונז דא, וועלן טאן צו דער זאך, ווייל אז נישט וועט מען אין א יאר ארום קענען שרייבן דא, אסאך גרעסערע הספדים

תוקן על ידי - kjalliance - 26/05/2005 2:17:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2005 01:53 לינק ישיר 

זאליוועקי

ביי אונז פלעגט מען זאגן ווער עס קען נישט בענטשען קען נישט שעלטן.

ממילא שעלט אוועק קיינער מאכט זיך מילא נישט וויסענדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 01:49 לינק ישיר 

איך ווינטש פאר די אלע אידן וועלכע מאכן חוזק פון אזא הייליגן ועד, און בפרט פון אט די לעבנס וויכטיגע תקנה ווען די שמוציגע יונגען וועלן ארויסגיין אין גאס, זאלן זיי אנטרעפן דוקא אייערע טעכטער !!!

דערנאך וועלן מיר זען וויאזוי איר וועט רעאגירן.

(און יא, עטץ קענט'ס רואיג זאגן אז איך בין דער בעל הקללות אין דעם פארום)

תוקן על ידי - אינהכינמי - 26/05/2005 2:08:29



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וועד הצניעות אין קאמף מיט רודפי נפשות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext