| נשלח ב-21/2/2005 17:30 |
|
| |
איז פורים א פרייליכער טאג?
איך האב געהערט די וואך אן אינטערעסאנטע תורה פון רביה"ק מסאטמער זי"ע. איך האב נישט מברר געווען קיין מקור דערפון, ממילא ווייס איך נישט אויב ס'איז אמת אדער נישט. אויב איינער ווייסט מער פרטים, אדרבה לאמיר הערן.
על כל פנים די תורה איז אזוי:
עס שטייט 'משנכנס אדר מרבין בשמחה'. זאגט ער, עס שטייט נישט אז אין חודש אדר זאל מען זיין בשמחה. נאר פון ווען עס קומט אריין אדר, דארף מען מרבה זיין בשמחה. דאס מיינט אז יעדן טאג דארף מען מער און מער מרבה זיין, און מוסיף זיין בשמחה.
און דאס שטעלט זיך נישט אפ סוף חודש אדר, נאר עס גייט ווייטער און ווייטער. מען ווערט מער און מער בשמחה. ביז ווען? ביז חודש אב. וואס דעמאלטס שטייט דאך משנכנס אב ממעטין בשמחה, און דא הייבט עס אן אראפ צו גיין, יעדן טאג ווייניגער און ווייניגער. ביז'ן קומענדיגן ראש חודש אדר. וכן חוזר חלילה.
קומט אויס - האט דער רבי זי"ע אויסגעפירט - אז תשעה באב איז באמת איינע פון די פרייליכסטע טעג פון יאר. ווייל כ"ט תמוז איז דאך דער פרייליכסטער טאג פון יאר, און צירקע ניין טעג שפעטער, האט מען דאך קוים ממעט געווען בשמחה. איז מען נאך היבש בשמחה.
עד כאן דברי הרב מכאן ואילך דברי ....
ביז אהער האב איך געהערט די תורה. אבער לפי דעם האב איך מיר געמאכט דעם חשבון, אז פורים דארף זיין איינע פון די טרויעריגסטע טעג פון יאר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2005 17:38 |
|
| |
עס שטייט פון רבי'ן פון לובלין, ועי' עבודת ישראל קאזניץ פרשת מסעי, והדברים ארוכים, קען זיין אז סאטמאר רב האט עס נאכגעזאגט, איך ווייס נישט
פארשטייט זיך אז אלעס איז עפ"י חסידות והעבודה
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2005 18:04 |
|
| |
משיח, האסט מיך אנטוישט!
ווען איך האב געעפענט דעם אשכול האב איך געמיינט אז דא קומט "א לאנגס און א ברייטס" כדרכך!
האסט אונז אנטוישט!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2005 23:11 |
|
| |
אנטשולדיג מיר הרב משה בער
היי יאר איז דאך דא צוויי אדר'ס, האפנטליך וועל איך האבן גענוג צייט משלים צו זיין ביי א צווייטע געלעגנהייט.
מען מוז האלטן דעם באלאנס.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2005 03:27 |
|
| |
מענין לענין באותו ענין. הגם ס'איז שוין פילייכט באקאנט פאר רובא דרובא פון די לייענער דא די מעשה וואס איך האב אמאל געהערט.
אין א געוויסע ישיבה האט זיך געפינען א לעבעדיג בחור'ל. ווען עס איז געקומען אדר, איז ער געווארן פרייליך און לוסטיג, כמאמרם ז"ל משנכנס אדר מרבין בשמחה. ער האט גענומען א בעזים אין האנט און געטאנצן, געשפרינגען און געבארדעט. דער ראש ישיבה האט אים געטראפן טאנצן מיט א בעזים, שטעלט ער אים אפ מיט א הארבן "היתכן"? וואס איז דאס אינמיטן זמן הישיבה?
"וואס הייסט?" פארענטפערט זיך דער בחור, "עס שטייט דאך משנכנס אדר מרבין בשמחה"!
"נו, דאס הייסט דען מרבין בשמחה? דאס איז שמחה?" מוסר'ט אים דער ראש ישיבה ווייטער, "שמחה מיינט מען די תורה הקדושה, אויף וואס עס שטייט פיקודי ה' ישרים משמחי לב! נישט די נארישקייטן! מרבין בשמחה מיינט מרבה זיין אין תורה!"
דער בחור קוקט אים אן מיט 2 גרויסע אויגן.
"וואס קוקסטו אזוי אויף מיר?" פרעגט דער ראש ישיבה, "וואס איז דא אזוי אומפארשטענדליך"?
"גארנישט" - ענטפערט דער בחור - "נאר דער ראש ישיבה זאל געדענקען די ווערטער אויף חודש אב, ווען ס'איז ממעטין בשמחה"...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2005 08:02 |
|
| |
איך מיז זיך מצטרף זיין צו די כותבים וואס זענען אנטוישט פין דעם אשכול. משיח עס פאסט נישט פאר דיר. כ'האב געמיינט עס קומט קריטיק ווי אזוי מען קען זיך פרייען ווייל מען האט גע'הרג'ט א גוי, און אז גוים זענען אויך מענטשען וכו', אזעלכע מינע טענות. דערווייל קומסטו מיט א נארישע קשיא אויף א חסידישע תורה.
come-on
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2005 15:41 |
|
| |
לויט משיח, היי יאר וואס סיז אן עיבור-יאר איז דא נאך א גאנצע חודש וואס מ'איז מרבה בשמחה, דאס מיינט אז מ'איז פריילאכער ווי א שנה פשוטה.
|
|
|
|
|