בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מיין לעצטער וואונטש!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2005 02:19 לינק ישיר 
מיין לעצטער וואונטש!
מצורף קובץ

איך זיץ מיר היינט אין אפיס, ציה מיך אויס אויפ'ן בענקל. און הייב אן קליקן דעם מייזל. לאמיר גיין קוקן אביסל וואס טוט זיך אויף היידפארק. וואס טוט זיך מיט מיינע הודעה'לעך, האט איינער עפעס מגיב צו זיין? האבן מיינע אוהדים הנאה געהאט? האבן מיינע שונאים געפלאצט?

ענדליך קומט ארויף דער אלעמען-באקאנטער סקרין, און איך זעה ווי דער קליינער גרינער קנעפל, לעבן מיינע הודעות, בלינקט. דאס הארץ פלאטערט מיר, בשעת די האנט ציטערט מיר ביים דרוקן דעם מייז קנעפל. ווער ווייסט וואס שטייט דערין? הלנו אתה או לצרינו. וועט עס זיין צום גוטן אדער חס ושלום פארקערט.

צו לאנג האב איך נישט געברויכט ווארטן, ווייל דער סקרין האט זיך געעפנט. איך פארמאך די אויגן שנעל, איך זאל גארנישט זעהן. און שטייטלעך, צוביסלעך עפן איך אויף איין אויג, און פרוביר צו זעהן, וואס שרייבט מען דארטן. נו קודם זעה איך מיין אייגענע הודעה, אקעי, אביסל בארואיגט. דערנאך מאכט מען מיר אויפמערקזאם אויף א טעות, נא נא, דאס קען איך נאך אויך אראפ שלינגען. איך ווער רואיגער אביסל, אפשר דאך, דאס מאל נישט. איך עפן אויף דאס צווייטע אויג, און הייב אן שטייטעלעך אראפ סקראלן דעם מייזל. און פלוצלינג.....

באאאאאאאאאאאאאאאם.

ווייטער זענען זיי דא, זיי זענען אנגעקומען. עס הייבט אן פליען קללות אין מיין זייט. לץ, אפיקורס, פארדארבענער, משכיל, וכו' וכו'.

עס ווערט מיר אביסל קאלעמוטנע אויפ'ן הארצן, וואס טוט מען דא. די צוויי מלאכימ'לעך וואס באגלייטן מיך שטענדיג, הייבן מיך אן גלעטן ביים זייט, און מיט א ווארימען מיטגעפיל פרובירן זיי מיך טרייסטן.

- משיח'ל האסטו דען פארגעסן, אז אזוי גייט עס. דאס הייסט חבלי משיח.

און אזוי בשעת'ן רעדן, פארבאנדאזשירן זיי מיר די וואונדן. אבער איך לאז מיך נישט, איך זאג ניין, עס קען ווייטער נישט אזוי גיין.

איך בין זייער צובראכן, איך האב פרובירט אפצוענטפערן, יסכר פי דובר שקר. אבער דער פייער האט נאך מער אויפגעפלאמט. מ'ברענגט גאנצעטע גמרות קעגן מיר.

נישט וויסנדיג וואס צו טוהן, האב איך מיך אויפגעהויבן פון פלאץ, ארויף געשלעפט דאס רעקל אויפ'ן פלייצע. אראפ געקוועטשט דאס היטל אויפ'ן מוח. אריבער געצויגן דעם אויבער-ראק. אריין געלייגט דאס קליין קאמפיוטערל אין טעשל. און איך לאז מיך אויף די גאסן.

מיינע צוויי הענט ליגן טיף באגראבן אין די זייטן-טאשן פון מיין לאנגן לעדערנעם מאנטל. אויף מיין פנים איז אויסגעצויגן א מינע פון אנגעצויגנקייט, פארביטערניש, גערעגטקייט, אלעס אינאיינעם. איך גיי מיט געשפאנטע טריט, און קוק ארום מיט שארפע שפיזיגע בליקן. ווען מיינע פיס טריט לאזן א שארפן ווידער-קול, פון וואס די פייגעלעך צופליען זיך אין א טשוויטשקעריי.

איך שפאציר ארויף ליע עוועניו. איך זעה אין א פארנעפלטע אטמאספערע, ווי מענטשן גייען, מענטשן קומען. פרויען שטופן קערידזשעס, מענער יאגן זיך צו די דאבל-פארקד קארס. איינער ווארפט אריין א בריוול אין פאסט-קעסטל. ליכטנשטיין פון טיב-טוב פאקט אויס די טעפלעך און שיסלעך. דער אלטער ביי שלמה ווייס'ן שניידט קעיק. דריי באסעס שטויסן זיך אן ביי קאר. הופער. ביי שווארץ גראסערי פאלן אראפ אפאר עפעלעך פון שעלף, די גוים לויפן דערנאך. בשעת אן ארדער גיסט זיך אויס פון באקס. אן עלטערע פרוי, גייט מיט איר באגלייטערין.

אין אינמיטן דעם אלעם שטיי איך און איך טראכט, בין איך טאקע אזוי אויסגעשפיגן פון דעם גאנצן הו-הא, בין איך טאקע נישט א חלק פון דעם וועלטל.

צופיל צייט איז מיר נישט געבליבן צו טראכטן, איך הער א שישקעריי אונטער מיר.

- געב א קוק, דאס איז דאך משיח.

איך דריי מיך אויס, אפשר דאך וויל מיך איינער עקסעפטן. אבער איך דערזעה צוויי פרומע לייטנעריסטן קוקן אויף מיר מיט עקלדיגע בליקן. זיי זענען גרייט מיך איינצושלינגען. און דאן....

ווי אן אויסברוך, הערט זיך קולות פון אלע זייטן. פוי! פאאאאאאא!

איך קוק מיך ארום פארלוירן, עס ווערט אן אנלויף. פון אלע זייטן קומען מענטשן ארויס צו לויפן פון סטארס, פרויען דרייען זיך אויס צו קוקן, און האלטן די קליינע קינדער אן שטארק ביי די הענט. קארס שטעלן זיך אפ, עס הערט זיך א מעכטיגע פייפעריי פון דעם טראפיק. א סיטי באס בלייבט שטיין, אלע גוים קוקן ארויס מיט וואונדער און נייגער. בחורים און אינגעלייט לויפן צאם פון אלע זייטיגע געסלעך. עס הערט זיך סירענעס פון שומרים און הצלה.

אפיקורס! שייגעץ! פוי! צא טמא! ימח שמו! משכיל! ארויס פון וויליאמסבורג! ארטיסט! רשע! פארברענטס איהם! לאמיר איהם אויפהענגען דא אינמיטן ליע עוו.! מחלליה מות יומת! ער איז חייב מיתה! משיח שקר!

די און ענליכע לשונות זענען געפלויגן צו מיין ריכטונג. נו פארשטייט איר דאך אליין, אז איך בין נישט געבליבן שטיין אויף איין פלאץ. איך האב געהויבן פיס, און געמאכט פליטה. אבער די חברה ווי וואס ווען, מ'איז מיר נאכגעלאפן, מיט שטעקענעס, מיט שפיזן, מעסערס, שווערדן, און מיט וואס נאר איינער האט געקענט כאפן אין די הענט אריין.

נאכ'ן אפלויפן אזא צענדליגער גאסן, בין איך שוין ארויס פון די גבולות פון וויליאמסבורג. דארט ווי עס איז שוין נישט נתקדש געווארן דורך די גדולי הדור מדור הקודם. איז מיר גרינגער געווען זיך ארויס צו דרייען, פון דעם ציושעטען און צורייצטן המון. און ענדליך אין א שטיל געסל, האב איך מיך אפגעשטעלט, זיך אביסל אפרוען.

איך בין אריין אין א בילדינג, און ארויף די טרעפ. אזוי גייענדיג, האב איך איבערגעטראכט מיין מצב, און ליידער איינגעזעהן דאס ביטערע, אז יא, מיין סוף איז געקומען. דאס דור האט נישט געהאט די זכי'. איך האב שוין נישט קיין זכות קיום דא. די שאלה איז נאר וואס טוט מען ווייטער, צוריק קיין וויליאמסבורג קען איך שוין נישט גיין. ווידעראום ערגעץ אנדערש וויל איך נישט גיין. איך בין דאך א תורה-טרייער איד, און אלץ אזאנס וועל איך נישט גיין אין ערגעץ אויסער וויליאמסבורג. אזוי טראכטנדיג, געפין איך מיך אויפ'ן דאך פונ'ם בנין. און א וואנזשיניגער פלאן פאלט מיר איין. אפשר טאקע..........

איך קוק מיך אזוי צו, צו דעם שיין וועלטל, וואס זעהט זיך אן אויפ'ן ווייטן האריזאנט. און א הייליגער ניגון איז מיר נתגלה געווארן אין די מינוט:

וועלט וועלט ווי שיין ביסטו
וועלט וועלט וויפיל משוגעים האסטו

וואלטן די משוגעים ווייניגער געווען
וואלט די וועלט שענער געווען

און איך גרייט מיך מיט א לשם יחוד, צוריק צו געבן מיין נשמה למקור מחצבתה. אבער ווי נאר איך בין גרייט דאס צו טוהן. טראכט איך מיר, ווי איז דען יושר, אזוי איבער צולאזן די טייערע שאף, אן זיך איינמעלדן. ווי וועט עס אויסקוקן ווען די גולשים אויף היידפארק, וועלן ווארטן טאג נאך טאג, און וועלן נישט וויסן ווי איך בין אפיר געקומען. און דאס איינציגע וואס וועט בלייבן פון מיר, איז א קליין צובראכן מציבה'לע אינדרויסן פון גדר פון בית החיים, קוים אנמערקבאר, אונטער א בוים. מיט'ן אויפשריפט: כאן נקבר אחד שבגד בעירו. (נכתב לפי צוואתו).

האב איך שנעל ארויס געכאפט מיין קליין לעפ-טאפ'ל און זיך געזעצט אפשרייבן דאס בריוועלע.

זייטס מיר געזונט ברודערלעך

משיח


תוקן על ידי - משיח_השם - 24/02/2005 2:32:11



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2005 03:11 לינק ישיר 

בדעבד

btw WELCOME BACK



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2005 02:30 לינק ישיר 

משיח.

לויט ווי איך פארשטיי, פרובירסט זיך צו "קריעטן" אלס א "קערעקטער" אין די השכלה וועלט.

איך ליין דיין תגובה איבער און איבער, איך זיך די השכלה, אבער לא דובים ולא יער. אין כאן לא השכלה לא אפקורסות ואף לא הגיון, אבל יש כאן חלום דמיון וחזיון.

כ'האב פאר דיר נייעס, קיינער שרייט דיך נישט נאך אין די גאסן, און צו דיין באדוערונג, קיינער זעהט דיך נישט אלס א געפאר צו ארטאדאקסיע. "פרענקלי" קיינער האט נישט געכאפט אז די ביסט א משכיל ביז די אליין האסט אויפגעדעקט די סוד..

איך ווייס נישט צו די פארמאגסט באמת שונאים אדער איז דאס נאך א רינגעלע אין דיין "ווישפול טינקינג", אלענפאלס מיך לייג נישט ארויף אויף דו שווארצע ליסטע. איך האב גארנישט קעגן דיר, איך צייג נאר אן ווי דער "וואנעבי" שרייט ארויס פון יעדע ווינקעל.

דרך אגב. ווי וועם ווילסטו מיר זאלן דיך באטראכטן? עס שיינט מיר אז קטליא קניא איז דיין מאדעל?

[ימיןSorry, you ain't John Kennedy

אלס א באווייז צו מיין אבזערוואציע איז איבערגענוג צו אנמערקען דאס פאלגענדע:

אין דיין ערשטע העלפט תגובה מאלסטו זיך זעלבסט אראפ ווי א שוואכלינג וואס פארמאגט נישט קיין זעלבסטזיכערקייט מיט זיין מיינונג און ווערט צובראכן ווען איינער שטעלט זיך גאר אקעגן. די קריגסט חיזוק נישט פון דיין איבערצייגקייט אין דיין געדאנק נאר אין דעם גראבן פינגער מיטן ריכטונג אויף ארויף, וואס איימיצער גייט דיר מגיב זיין.

דאס הייסט גאר א שוואכער משכיל.

עס פעלט דיר דאס סאמע עלעמענטארע סובסטאנץ וואס דערדראפעוועט עמיצען צו השכלה!

כלל גדול: א משכיל איז א משכיל ווייל ער איז א משכיל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 23:52 לינק ישיר 

ווי ביסטו משה בער?

איך זעה דיך נישט. אפשר ביסטו א נשמה וואס דרייט זיך דא ארום לעבן מיר.

אוי ווייייייי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 23:50 לינק ישיר 

משיח! איך בין מיט דיר ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 23:06 לינק ישיר 

משיח, פונקט ווי אלעמאל האסטו מיר געמאכט גוט לאכן.

געב נישט אויף, דו האסט אסאך פענס דא, מעהאמיר ליב דיינע געשרייבעכצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2005 21:36 לינק ישיר 


moshich, keep up!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2005 10:20 לינק ישיר 

, אבער עס שמעקט אביסעל מנשה אונגער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2005 02:24 לינק ישיר 

די שונאים זאלן פלאצן, אבער מיר וועלן נישט אויפגעבן.

זייטס נישט באזארגט, איך האב קיינמאל נישט געפלאנט אויפצוהערן צו שרייבן. איך וועל שרייבן ווי לאנג די הענט וועלן מיר דינען, אז נישט דא איז דארט, אבער איך וועל שרייבן. דאס אויבנדערמאנטע איז נאר געווען להגדיל תורה ולהאדירה.

ווי זאגט די וועלט: די הינט בילט אבער די באן פארט ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מיין לעצטער וואונטש!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext