בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ראקלענד כשר סופערמארקט – חסידישע Mall

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/2/2005 00:30 לינק ישיר 
ראקלענד כשר סופערמארקט – חסידישע Mall

הנגיד ר' פנחס ק. [א וויזניץ-מאנסי] האט נעכטן אויפגעעפענט זיין נייע אידישע MALL מיטן פולסטן גלאנץ און קעניגרייך!

ער האט ארובערגעפירט זיין אלטע גראסערי סטאר צו א נייע פלאץ! די נייע פלאץ האט ער אויסגעשטעלט פונקט ווי א PATH-MARK, א ריזיגן שטח, ריזיג גרויס, געוואלדיגע ברייטע דורכגענג, 16 רעדזשיסטער'ס! אויסגעשטעלט פרעכטיג, לדוגמא: העכער די פרוכט איז דיזיינט א הערליכע בלויע הימעל א.א.וו. בנוסף צו דעם האט מען אריינגעבויעט אין סטאר: א פלייש געשעפט "מיט אלע צוגעהערן"!, א בעקעריי, א פאַרמעסי, א "פיצא שאפ", אן אפטייזונג מיט א קלאדינג [מעגליך גאר א "גלויבער"! וואס וויל יעצט גיין אין קאמפטישן מיט די אנדערע גלויבער'ס (גלויבער'ס אפעטייזונג אין מאנסי און אין וומ"ס, G&G קלאדינג'ס), צוליב א סכסוך! אויב ס'איז אמת, פארדינט עס אן עקסטערן אשכול...]!!

ער האט א עקסטערן אפטיילונג וואס דארט וועט זיין א: ספרים געשעפט בעזה"י, מיט נאך 2 סטאר'ס, [לע"ע האב איך נישט געהערט וואספארע]!

איינע פון די קליינע "פיטשיפקעס" איז די טעל., אויפן וועג ארויסצוגיין איז דא אפאר טעלעפאנען, וואס איז אומזינסט, מיט א קליינע צעטל דערנעבן, פאר קאר סערוויסעס:
אמונה – דרוקט 300
חסד – דרוקט 301
גויאישע – דרוקט 302

דאס מיינט, אז ער האט אריינגעלייגט "הארץ און מוח" פאר די קאסטומער'ס.


--- ביז דא האב איך געשריבן די "שיינע" חלק פון די מעשה...! --- ס' האט אבער א אנדערע חלק אויך!

ביי דעם נגיד ר' פנחס ק. איז אריינגעגאנגן א פויגל אין קאפ אז "ער" איז "מאנסי"!! [קען זיין ס'איז טאקע אזוי, וואס פארשטיי איך דען?]

ער האט באשלאסן אז ער וועט עפענען איין "מעין" פלאץ, וואס יעדער וואס וואוינט אין מאנסי דארף עפעס זאל עס זיין "די אדרעסס" [אפילו פאר צדקה?...]

ער האט אנגעהויבן ארומצוריפן "בית הספרים" מיט "לשכת הסופר", די 2 ספרים געשעפטן אין מאנסי און געזאגט: איך פלאן צו עפענען א "ספרים סטאר" אין די נייע פלאץ, אז דו ווילסט קענסטו אהערקומען, אז נישט עפן איך א נייע!!

און אזוי האט ער געטוהן מיט "פארמיסיס", גרינבוים פארמעסי איז געווען אין א פארגעלעגנהייט אפשר זאל ער עס נעמען, איך ווייס נישט וואס ס'איז צום סוף געווארן.

די זעלבע מיט די אנדערע אפטיילונגן, ווי פיצא סטאר וכדו'.

די אלע "באטראפענע", האפן אויפן טאג וואס דער "נייער אידישער מאָל" וועט "פושט רגל זיין"!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 16:28 לינק ישיר 

For the Record. The largest kosher supermarket in the world is in Lakewood N.J. a store by the name of Mega Mart. It is at least twice the size then the new one in Monsey N.Y. The owner is Mr, Serhofer he is B'H very much matzliach. He is a Chasidishe yungerman a Viener chosid



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 09:28 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער פאר'יתום'טער פערדל, די פאר'יתום'טע רייד פאר די קינדער, די פאר'יתום'טע פובליק טעלעפאן און די פארלאזטע שאפינג קארט בוט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2005 09:22 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מיליאן שאפינג קארטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2005 09:20 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אויפ'ן צווייטן שטאק קומט אפיסעס און א מאלל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2005 09:16 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די אריינגאנג צו די נייע ראקלענד כשר. אין בעקראונד זעט מען די אלטע סטאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 17:49 לינק ישיר 

נישט דאס וואס מען האט געמיינט!

ר' פ.ק. דער בעה"ב דרייעט זיך "יעדן טאג" אין סטאר, קוקט און האט הנאה! [??]

עס האבן זיך שוין דארט געעפענט א DELI פון ר' א. גלויבער [פון די משפחת גלויבער-אפעטייזונג]

אנדערע סטאר'ס האבן "נישט" געליטן, א דאנק דער פון אויבן, חוץ די ערשטע צוויי וואכן.

איך וואונטש אים: וכל אשר יעשה יצליח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 05:48 לינק ישיר 

ווי אזו האט עס מצליח געווען עס איז נאך דא אזא אנלויף אדער נישט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2005 00:07 לינק ישיר 

1. מיטוואך און דאנערשטאג איז אלעס געווען גוים חוץ ביי רעדשיזטער #1

2. ער איז יעצט טאקע נישט אפן 24 שעה, אבער ער זאגט עס אפן אז ער וועט דאס טוהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 19:55 לינק ישיר 

משה בער? די האסט געזען אלע רעדזעסטערס גוים?
איך בין געווען דארט פרייטאג אין סאיז געווען אפשר 3 גוים

און צווייטנס ער איז נישט אפען 24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2005 19:13 לינק ישיר 

א חוצפה און העזה!

ער האט גענומען פאר די "15" רעדזשיסטער'ס "שפאנישע גוים", [אויף רעדזשיסטער #1 איז דא א איד, וואס קאנטלארירט אויף אלע אנדערע ס'זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען]

ביי די אלטע סטאר, זענען "אלע" [6] געווען אידן!! [אנשים ונשים]!

* * *

להגיד שבחו: די אלע געוועזענע אידן-ארבעטער'ס האבן באקומען א JOB אין סטאר, אבער די נייע וואס ער האט אויפגענומען זענען נאר גוים!!

איך האב געפרעגט דעם אינגערמאן מ.פ. [הויפט-מענעדזשיר] איבער דעם, האט ער געענטפערט, אז אוודאי וועלן שפעטער אידן אלעס איבערנעמען, אבער אויף יעצט, וואס זיי שפירן יעצט אויף די ביינער די געוואלדיגע עקספענסעס, מוזן זיי אביסל "קאָטן", און א גוי איז ביליגער!

דרך אגב: דאס פארענטפערט אויך ווי אזוי ער קען זיין אפן 24 שעה! [ווייל ער נוצט גוים צו רעכענען]




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2005 19:47 לינק ישיר 

יוהסי,
מיר זעט נישט אויס א פראבלעם פאר פנחס קליין צו אריין ברענגען ספרים וואס אין דעת רבו נוחה מזה, ביזנעס איז בעפאר פלעז'ר.

און איך גלייב נישט אז וויז'ניצע רבי שליט"א זאל מוחה זיין קעגען דעם, אין ערגסטע פאל וועט ער נישט לאזען זיין ישיבה דארט גיין (איך האלט בכלל איז נישט כדאי פאר בחורים זיך צו געפינען אין קיין 'מאל' נישט קיין חילוק ווי היימיש עס איז)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2005 23:10 לינק ישיר 

"אמרי שפר", איז נאך א סימבאל ווי ווייט די א. ג. תלמידי רבינו זענען פארקראכן.

ער איז היינט דער איינציגער ספרים סטאר אין דער וועלט וואס אדווערטייזט א אינטערנעט אדרעס !

ווי אויך איז ער דער איינציגסטער אין וומ"ס וואס פארקויפט און אדווערטייזט ספרים נישט נאר פון מוסד הרב קוק, נאר זאגאר פון די היינטיגע רבנים הרשעיי"ם !

און נאך א לאנגע ליסטע מיט וועלכע זיין געשעפט איז א אבן נגף פאר ערליכע אידן אין וומ"ס.

-------------------
די טענה אז מען מעג אלעס זעהן און הערן, און "פאר מיר וועט עס נישט שאטן", איז שוין צו אלט, און איז שוין צופיל מאל דורכגעפאלן, אז מען זאל זיך קענען ערלויבן נאכאמאל זיך צו טענה'ן דערויף.
מיט א פאקט קען מען זיך נישט קריגן.

דער "חפץ חיים" האט אמאל געזאגט פאר אמוכר "ספרים", וועלכער האט פארקויפט טריפה'נע ביכער (מיט די זעלבע און ענליכע טענות), אז ער וועט אים פארשאפן א ארבעט.
צו גיין קלינגען די גלאק אין די קירכע...
דער מוכר ספרים האט דאן פארשטאנען דעם רמז, און אויפגעהערט צו פארקויפן דעם סם המוות.

איך בין זיכער אז היינט וואלט מען פארן חפץ חיים אליין אויך געענטפערט, "וואס איז, מען דארף נישט זיין אזוי צוריקגעשטאנען און פארמאכט"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2005 22:58 לינק ישיר 

ב''ה אז די וויזשניצע בחורים וועלן נישט זיין דארט [הלואי אסרט ר' מאטלע די וויזניצע יונגעלייט אויכט] נאך א שטינק ווייניגער, און בנוגע טוביס, ב''ה ער איז מצליח ביתר שעת, ווען כגיי דארטן איז עס איבערגעפילט,
יא הרב קוק זצ''ל (וכודמה) ספרים דארף מען פארקויפען, און ווידאויס אויכט, וואס איז שלעכט, מ'טאר נישט הנאה פון א העסק אדער מיאמי קאנצערט? נאך איין מזל ער לאזט זיך נישט פון די וויזשניצע מחנכים, [גראדע און 5 סטאר יודעקא קען מען אויכט אלס קויפען]
כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2005 22:28 לינק ישיר 

די נייע ספרים סטאר וועט הייסן "מרכז"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2005 22:21 לינק ישיר 

בארארפארקער ספרים געשעפטן פארקויפען אויך משכילישע ספרים, אין קיינער האט זיי נישט געאסרט.

אפילו אין אברהם לויפער'ס אמרי שפר קאטאלאג האב איך אויך געזען ספרים וואס די רבני הציונות הדתית האבען מחבר געווען, איך שמועס שוין נישט פון ספרים ארויסגעגעבען דורך מוסד הרב קוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ראקלענד כשר סופערמארקט – חסידישע Mall
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext