| נשלח ב-25/2/2005 05:52 |
|
| |
ישנו עם אחד - [ערנסט]
די שניי ברעקעלעך פאלן שיין מיט א שטילן גערויש, און באדעקן די וועלט מיט א הערליכן ווייסן טישטוך. שניי ברענגט אחדות – פאראייניגטקייט. עס ברענגט א געוויסע מין רואיגקייט. עס גראד אויס אלע קרומקייטן. מענטשן שפאצירן רואיג צווישן די זילבערנע שניי טראפעלעך, מ'איז נישט נערוועז, נישט אויפגערעגט אויף קיינעם. מ'קען יעדעם פארליידן. מענטשן מיט קארס גייען צוזאמען אויפ'ן גאדער, אן דעם וואס איינער זאל ווערן נערוועז אויפ'ן צווייטן.
איז די צייט אביסל צו באטראכטן די אומה הישראלית – דאס אידישע פאלק. איינע פון די יסודות אויף וואס מיר האלטן זיך איז אחדות. יעדעס פאלק האט א לאנד, א שפראך, א קולטור. און דאס פאראייניגט זיי. אויב א פראנצויז פארט אויף א צווייטע מדינה, און גלידערט זיך דארט איין, ווערט ער אויס פראנצויז. א איד אבער, דרייט זיך שוין טויזנטער יאר אין גלות, צוזייט און צושפרייט. יארן וואס מיר האבן נישט געהאט, נישט קיין לאנד, נישט קיין שפראך (אידיש איז נישט די אידישע שפראך). און דאך איז מען געבליבן א פאלק. מיט וואס? מיט וואס זענען מיר א פאלק? מיט אונזער אחדות, מיט דעם וואס מיר האלטן זיך צוזאמען.
יעדער וויל אחדות, און יעדער פארשטייט אז אן אונזער אחדות, וואלט שוין לאנג פון אונז גארנישט געבליבן. אבער אין וואס באשטייט אונזער אחדות? אוודאי איז דאס נישט א צאמלויף פון א געוויסע חברה וואס האבן פונקט די זעלבע אינטערעסן. ווייל פאר דעם וואלט מען זיך נישט אזוי מוסר נפש געווען פאר'ן אידישקייט. אלא מאי איז דא א געוויסער פנימיות'דיגער כח, א כאראקטעריסטישער מציאות וואס פארבינדט אונז אלע. אמער: מיר זענען אלע אידן!
דארף מען זיך אבער אפשטעלן און פרעגן, וואס מיינט דאס א איד? ווער גייט אריין אין די קאטעגאריע פון א איד? מיט וועם זענען מיר זיך מאחד?
וועסטו פרעגן די שאלה פון א בעל הלכה, וועט ער דיר גלייך ענטפערן: א איד איז איינער וואס זיין מאמע איז א איד.
אמת טאקע, דאס אידישקייט ווערט איבערגעגעבן דורך די מאמע, אן קיין שום פעולה אדער בחירה מצד דעם מענטש. אבער פון וואס באשטייט דאס אידישקייט? איז דא היינט אזעלכע וואס ווילן זאגן, אז אידישקייט האט מיט ארץ ישראל צו טוהן. נו אמת טאקע אז עס איז דא א מצוה צו וואוינען אין ארץ ישראל, און ארץ ישראל פארמאגט א גרויס חשיבות ביי כלל ישראל. וועט מען דען אבער זאגן אז נאר ווער עס וואוינט אין ארץ ישראל איז א איד.
מצד שני איז דא אזעלכע וואס ווילן זאגן, אז אידישקייט ווענדט זיך אין 'קיום המצוות'. וואס האלט איר, אז א איד וואס היט נישט קיין מצוות ווערט א גוי? אדער גאר א גוי וואס היט מצוות ווערט א איד? קיום המצוות איז אוודאי דער שלימות פון א איד, אבער נישט דאס איז וואס 'מאכט' דעם איד. 'נישט ווייל מיר היטן די מצוות זענען מיר אידן, ווייל מיר זענען אידן היטן מיר מצוות'.
נאר ווער דען הייסט א איד? יעדער וואס באלאנגט צום כלל ישראל!
יעדער איינציגער איד, איז א פרט אין דעם גרויסן, טייערן, און חשוב'ן אייגנארטיג פאלק. וואס ציהט איר שורש ביז צו אברהם אבינו, און האט זיך געפארעמט אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג פון פרעה מלך מצרים.
גאט ברוך הוא האט זיך באשאפן א פאלק – עם זו יצרתי לי. יעדעס פאלק האט זיך א קולטור, א פאראייניגטע פסיכילאגיע און מהלך המחשבה. געוויסע גענעטישע כוחות וואס גייען איבער בירושה אין איר. דאס ווערט אנגערופן אין חז"ל דער 'שר של העם'. און ווי געוויסע גדולים פלעגן דאס אנרופן די 'נשמה פונ'ם פאלק'. און די אלע זאכן פארמאגט דאס אידישע פאלק ווי אלע. און יעדער איד אויף סיי וועלכע דרגה ער האלט, האט ער אבער די אלע אייגנשאפטן. און גארנישט קען איהם פון דעם נישט אפרייסן. ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא.
לאמיר זיך פאראייניגן מיט'ן כלל, אן אויסלאזן קיינעם. אוודאי דארף מען נישט נאכטוהן וואס א צווייטער טוהט, אויב ס'איז נישט א גוטע מעשה. אבער מ'קען גוט לעבן מיט יענעם, מ'דארף נישט יענעם אויסשליסן. און די גוטע חלקים קען מען זיך אפלערנען.
לאמיר אנפאנגן זעהן דעם חלק הטוב פון יעדן איינציגן איד. נישט קיין חילוק ווער. אונזער תורה פארמאגט זעקס הונדערט און דרייצן מצוות. דו ביסט נישט אויסגעהאלטן אין אלע, און יענער היט אוודאי געוויסע פון זיי. איי וועסטו זאגן, אז יענער מיינט עס אבער נישט לשם מצוה. איך מיין אז דו ווילסט נישט מ'זאל נישט רעכענען יעדעס מאל וואס דו האסט נישט אינזין לשם מצוה. עס איז דא אזויפיל מצוות, וואס אפילו פרייע אידן האלטן איין. טראכט אריין וועט איר זעהן.
איך מיין עס איז הויעך צייט, מ'זאל אנהייבן קוקן מיט א גוט אויג, אויף 'אלע' אידן. אויף אלע מענטשן. אויף די וועלט. וועט די וועלט ווערן א בעסער פלאץ צו וואוינען.
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 01:10 |
|
| |
ועכ"ז יינם יין נסך, שחיטתם פסולה ואין לצרפם למנין.
ליעב האבען דארף מען יעדער יוד (חוץ בראה בו דבר ערוה) אבער זיך מתחבר זיין מעג מען נאר צו ערליכע. עס איז וויכטיג צו וויסען אז א פרייע יוד האט נישט קיין שום שייכות מיט א פרומע יוד. נאר וואס, מודה ועוזב ירוחם ושב ורפא לו.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 00:11 |
|
| |
נאך א שיינע געדאנק פונ'ם בוך:
א ווארט פון א לעצטיגן גדול:
There are only two kinds of Jews: religious Jews and not yet religious Jews.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2005 00:09 |
|
| |
איך האב געזעהן א שטארק ווארט אין א בוך וואס איך ליין יעצט, וואס איך מיין אז ס'איז זייער פאסיג, צו דאס אויבנדערמאנטע. כ'וועל עס מעתיק זיין כלשונו:
Judaism is broad enough to include under its wings, even the most wicked of sinners. "A Jew who has sinned is still a Jew" is the conclusion of the sages of the Talmud. An error of deed is not sufficient to cause you to be expelled from the fold. And so, too, an error of creed isn't enough to make you lose your identity as a Jew.
דער עיקר איז דער אנפאנג פונ'ם שטיקל. איינער וואס מאכט גרינג דאס ארויספאלן פון אידישקייט. עס איז ביי איהם גרינג צו רופן איינעם אפיקורס, כופר, גוי וכו'. ביי אזא איינעם איז אידישקייט זייער א מצומצם'דיגע און קורצזיכטיגע רעליגיע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2005 18:28 |
|
| |
א חשוב'ער גולש האט מיך אנגעפרעגט אין אישי. אז דער ארטיקל איז נישט נוגע למעשה. דאס איז נאר געשריבן טעארעטיש אז מ'זאל זיך צאמנעמען וכו'.
וויל איך דא מעיר זיין, אז איך שרייב נישט דא פאר'ן כלל. איך וויל נישט און קען נישט משנה זיין די וועלט. כל שכן נישט דורך ארטיקלען אין היידפארק. איך האב געשריבן דאס אויבנדערמאנטע צו יחידים. [ווי עס זעהט זיך קלאר ארויס פון דעם סגנון פון מיין שרייבעריי, בפרט פונ'ם לעצטן פאראגראף].
אויב יעדער מענטש וואס ליינט דאס, וועט זיך מאכן א חשבון וואס כלל ישראל איז. און וועט אויפהערן צו מאכן חלוקות אין כלל ישראל ביי זיך אין מוח. ער וועט שעצן, ליב האבן, און זעהן די מעלות פון יעדן איינציגן איד. דאן וועט ער זעהן א מורא'דיגע שינוי ביי זיך אליינס. ער וועט ווערן א בעסערער מענטש. ער וועט זעהן זאכן פאזיטיוו, און וועט קענען גרינגער 'עקסעפטן' אנדערע מענטשן. וואס איז א מורא'דיגער יסוד אין שלום בית און חינוך כידוע.
איך רעד פון עקספיריענס. סיי ביי מיר און סיי ביי אסאך פון מיינע נאנטע וואס איך קען פערזענליך, וואס זייער גאנצער לעבנס-גאנג האט זיך געטוישט, נאך זיי האבן געטוישט זייער בליק אויף מענטשן.
בכלל וויל איך דא מוסיף זיין א געדאנק, אז דער מושג 'חילונים - חרדים'. איז א נייער מושג פון די לעצטע הונדערט יאר בערך. אמאל פלעגט מען רעדן פון צדיק ורשע. ווי מ'זעהט קלאר אין אלע ספרים. מ'האט אלעמאל גערעדט פערזענליך פון א מענטש, לויט זיינע מעשים, פירט ער זיך אויף ערליך אדער נישט. מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין חלוקות אין כלל ישראל, און געזאגט די גרופע מענטשן זענען פרייע, און די זענען פרומע. מ'דארף יעדן מענטש עקסטער דן זיין. פארשטייט זיך אז פירן דארף מען זיך וויאזוי מ'האט מקבל געווען און געלערנט. אבער דאס מיינט נישט אז מ'מעג נישט יענעם פארשטיין.
[חוץ ביים טיילונג פון אונגערן איז געווען אנדערש, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך, ואין כאן מקומו].
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 05:59 |
|
| |
דערמאנטס מיך פין סאסנער.
|
|
|
|
|