בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מפרשים אויף "מגילת אסתר" - חידושים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/2/2005 17:59 לינק ישיר 
מפרשים אויף "מגילת אסתר" - חידושים

מפרשים אויף "מגילת אסתר"
חידושים וואס איר האט מסתמא קיינמאל נישט געוואוסט


עס שטייט נישט אין די מגילה אז מען האט גע'הרג'עט ושתי!!, עס שטייט: אשר לא תבא ושתי אל המלך, ומלכותה יתן המלך לרעותה הטובה ממנו!

שרייבט דער "מנות הלוי" אז מען האט איר טאקע נישט גע'הרג'עט!! נאר מען האט איר געלאזט צוקוקן ווי א צווייטער נעמט עס איבער, און דאס איז איר געווען אסאך ערגער ווי מיתה!!

* * *

איך וויל וויסן, ביטע העלפט מיר ארויס!

א. ווי אזוי האט געהייסן די טאכטער פון המן וואס האט אראפגעגאסן דעם שיסל מי רגלים אויף המן?

ב. צו זי איז געווען די זעלביגע וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש פאר א מלכה?

דוקא מיט א מקור! פארשטייט זיך!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2005 19:15 לינק ישיר 

קשיא: ווי אזוי האט אחשורוש נישט דערקענט אויף אסתר'ס נאָז אז זי איז א אידיש קינד?

תירוץ: "אף" לא הביאה אסתר המלכה אל המלך, זי האט נישט מיטגעברענגט איר נאָז...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2005 23:39 לינק ישיר 

איך קען נאך נישט עפענען אנ'אייגענעם אשכול, ע"כ שטעל איך עס דא אריין, והוא רחום יכפר עון.

עס איז דא א מסורה אויף די ווארט 'הגם'. (1) הגם לכבוש את המלכה (2) הגם הלום ראיתי אחרי רואי - אצל הגר (3) הגם שאול בנביאים.

יובן בהקדם הגמ' א"ר אלעזר איש צר ואויב מלמד שהחוותה כלפי אחשורוש ובא מלאך וסטרה על ידה. לכאו' צ"ב, אחשורוש אי'דאך למעשה געוועהן שולדיג, אויב אזוי פארוואס האט דער מלאך אוועקגעשטופט איר האנט.

ווייטער שטייט והמן נפל על המטה א"ר אלעזר וכו' ובא מלאך ודחפו. לכאו' איז המן געוועהן אן אונס ווייל דער מלאך האט איהם געשטופט, א"כ וואס האט אחשורוש געוואלט?

וי"ל אז המן איז געוועהן א שואל, והראי' ווייל די גמ' זאגט המן מן התורה מנין המן העץ הזה - דער פסוק איז דאך א שאלה איז המן געוועהן א שואל. א"כ מובן אז אפי' ער איז געוועהן אן אונס איז אבער א שואל חייב באונסין.

תו קשה, אחשורוש (אסתר'ס מאן) אי'דאך דארט געוועהן איז עס געוועהן בעליו עמו, אויב אזוי איז המן ווייטער נישט חייב.

וי"ל אז המן איז געוועהן א רועה, כמש"כ וכל זה איננו שוה לי בכל עת אשר אני רועה וגו'. א רועה האט דאך א דין ווי שומר און ביי המן שטייט טאקע על אשר שלח ידו ביהודים, קומט אויס אז עס איז געוועהן שליחות יד איז ער ממילא געוועהן חייב אפי' באונסין.

ועכשיו נחזי אנן, אסתר אי'דאך געוועהן ביי אחשורוש בתורת שמירה כדכתיב אל יד הגי שומר הנשים. קומט אויס אז אחשורוש איז געוועהן א שומר שמסר לשומר. ביי א שומר שמ"ל איז דא א מח' וואס איז דער דין, און דער מ"ד פטור איז ר' אלעזר. איז טאקע ר' אלעזר לשיטתו אז בא מלאך און אוועקגעשטופט איר האנט ווייל אחשורוש איז טאקע געוועהן פטור.

וזאת תורת המסורה, הגם לכבוש את המלכה - ווייל אחשורוש האט געטענ'עהט אז המן איז א שואל וחייב באונסין. ע"ז זה בא וטען הגם שאול (מלשון שאלה) בנביאים (מלשון בעלות כדכתיב נביאי הבעל) אז עס איז געוועהן שאלה בבעלים. איז דער תירוץ הגם הלום ראיתי אחרי רואי, אז מ' זעט אז ער איז געוועהן א רועה איז ער שוין חייב אלץ פשיעת שומרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2005 04:15 לינק ישיר 

הרב בארא פארקער

איך האף אז דו האסט נאר געשריבן דעם תירוץ לקנטר.

איך האף אז דו לערנסט נישט אזוי פשט אין די מגילה. ווי קען א מענטש לערנען אזא קרומען פשט?

דאס האט די מגילה געמיינט: אחשורוש האט אין זיין שכרות גוזר געווען צו פארשיקן ושתי פון די מלוכה און נעמען א צווייטע. דערנאך האט ער זיך בארואיגט און דערמאנט וואס ער האט גוזר געווען אויף זיין מלכה.

דער פסוק דערמאנט קלאר א שינוי אין דעם מצב פון אחשורוש. און אויך אז דער שינוי האט געהאט אן אפעקט אויף זיין גזר דין. און דערנאך קומט די עצה פון זיינע משרתים, אז מ'זאל ברענגען א נייע קעניגן - לכאורה איהם צו בארואיגן - היעלה על הדעת אז ער האט נישט חרטה געהאט פאר'ן פארשיקן ושתי, ער האט פשוט נאר געוואלט א צווייטע.

דאס איז א ריכטיגער עם הארצ'ישער פשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2005 00:17 לינק ישיר 

משיח
און אנטשולדיגט פאר נישט ענטפערען דיין בליץ קשיא.
עס שטייט נישט אין די מגילה אז אחשורוש האט חרטה געהאט פון אוועק שיקען ושתי, אפשר האט דיך דיין רבי אין חדר אזוי געזאגט.

אחשורוש האט זי פארשיקט, און שפעטער האט ער זי געדענקט און ער האט געוואלט א צווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2005 23:22 לינק ישיר 

לולא דמסתפינא, הייתי אומר, כדאי להצדיק דברי "המנות הלוי", שבאמת כן היה ש"ושתי" נשאר בחיים, רק גזר דין של המלך אין להשיב, וע"כ כיון שנגזרה "בפקודת אחשורוש" שושתי לא תהי' המלכה, לא הי' יכול להחזירה.
[אבל ממה שנכתב להלן במגילה "ונחתם בטבעת המלך אין להשיב" מזה משמע שרק "בנחתם" אין להשיב, אבל דיבור וגזירה הי' אפשר לבטל].
כל זה בדרך אפשר, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2005 23:18 לינק ישיר 

הרב בארא פארקער

האסט עפעס געענטפערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2005 23:14 לינק ישיר 

משיח באבעלע
זאלסט וויסען אז דער מנות הלוי איז א ספר וואס איינער וואס מיינט ער איז אויף געקלערט ווי די, וואלט באדארפט הנאה האבען, ווייל ער רעכענט זיך ווייניגער מיט דרשות חז"ל, און פראבירט צו גיין מיט דער פשוטו של מקרא.

איז פאר די ווילסט זיין אן אויף געקלערטע בחור, זאלסטו אליין'ס מחליט זיין וואס מיינט א תורה'לע און וואס איז היסטאריע און וואס איז פשוט פשט וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2005 22:46 לינק ישיר 

לכאורה לפי זה איז שווער, וואס שטייט ווייטער. כשוך חמת המלך אחשורוש זכר את ושתי ואת אשר עשתה ואת אשר נגזר עליה. בפשטות רעדט מען דא אז ער האט חרטה געהאט אויף דעם וואס ער האט גוזר געווען אויף איר, ווי עס איז משמע פון 'כשוך חמת המלך אחשורוש'. איז פשט אז ס'איז געשעהן א שינוי אין איהם.

נו אויב איז דער גאנצער גזירה געווען אז זי זאל ווערן אויס מלכה. און איצטער האט ער חרטה געהאט דערויף, ער האט הפנים איינגעזעהן אז זי איז נישט געווען אזוי שלעכט, האט ער דאך איר געקענט צוריק זעצן. דא האט מען נאך געהאלטן פאר דעם יבקשו למלך נערות בתולות. דאס איז דאך געווען די עצה צו דעם פראבלעם. טא פארוואס האט ער איר נישט צוריק געמאכט פאר מלכה.


עס איז כדאי צו וויסן א יסוד: די אלע תורה'לעך וואס שטייט אין די ספרים, מיינט נישט אז אזוי איז געווען די מעשה. די מעשה מוז שטימען אין אלע פסוקים, פריער און שפעטער צוגלייך. אבער א תורה'לע מוז נאר שטימען אויפ'ן פלאץ, ווייל בעצם איז דאך דאס נאר א טייטש וואס וויל עפעס ארויס ברענגען. אבער ס'איז גארנישט משנה אין די מעשה. עס קען זיין - איך בין נישט זיכער - אז דאס אויבנדערמאנטע גייט אריין אין די קאטעגאריע.

סיי וויאזוי איז עס זייער א שיינע הערה, וואס כ'האב הנאה געהאט דאס צוצולייגן צום אוצר פון מיינע ידיעות. שכויח פאר'ן כותב

תוקן על ידי - משיח_השם - 28/02/2005 22:50:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מפרשים אויף "מגילת אסתר" - חידושים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext