קען א פרומער מצליח זיין אין ביזנעס?
דער פאלגנדער ארטיקל איז א טריביוט צו א חשוב'ער גולש, וואס אטאקירט מיך ברבים, און קאמפלימענטירט מיך אין אישי.
בית המדרש – צופרי
דער בית המדרש איז האלב פול, א חלק פון די מתפללים זענען פארטוהן אין תפלת שחרית. בשעת אנדערע לייגן שוין צאם דעם טלית און תפילין. ביי א טישל זיצן אפאר עלטערע אידן, און פארבייסן אביסל לעקעך, וואס זיי טינקען איין אין די קליינע בראנפן גלעזעלעך. דער גאנצער טיש איז ברעקלדיג, און נאס פון די אויסגעגאסענע ליקער. ביי א ווינקל שטייען צוויי אינגעלייט און שמועסן, איינער פון זיי האלט א קאפי אין די האנט. א אינגערמאן האלט אינמיטן לייגן תפילין ווען זיין סעלפאן צוקלינגט זיך הויעך. אפאר בייזע בליקן פליען אין זיין ריכטונג.
אויפגערעגטער מתפלל
נו נו.
דער אינגערמאן גיט שנעל א דרוק דעם קנעפל, און עס הערט אויף צו קלינגען.
אונטערן באלעמער שטייט א אינגערמאנטשיקל, איינגעקארטשעט אין דרייען. א פרומטשיקער מיט א שמוציגן גלאט-שווארצן רעקל, וואס איז אונטערדרוקט אונטער א דינעם גארטל. די הויזן הענגט איהם אראפ לענגער ווי די מאס, די קראגן שוין האלב צוריסן. אלטע אויסגעטראגענע שיך, מיט אפגעריבענע זוילן, און אפענע שיך בענדלעך. אה כ'האב כמעט פארגעסן, די שיך איז איין סייז גרעסער ווי ער ברויך. דער טלית קטן איז איהם ארויף געשלעפט ביז צום האלז (און ער איז נישט קיין סקווירא'ר). די פיאות איז איהם נאס פון די מקוה, עס איז נישט געמאכט. זיינע שווארצע גלעזער זענען אינגאנצן שמוציג ביי די זייטן, און שטייען איהם שוין קרום אויפ'ן פנים. צווישן זיינע פינגער איז אריין געדרייט זיינע פיאות וואס ער לייגט אריין אין מויל. און כדי צו פליזן דעם אויבערשטן גיט ער א גוטן ציה מיט די נאז.
בית המדרש – סינק – צופרי
ביי די סינק אינדרויסן אין די האל, איז אנגעהאנגען פול מיט צעטלעך, מודעות, מחאות, הזמנות, מיט כל מיני משוגעת'ן. אונזער אינגערמאנטשיק קומט ארויס צו לויפן פון בית המדרש, מיט איין איקסל פונ'ם רעקל אראפ געהאנגען ביי די זייט. ער האט עפעס געשפירט אינמיטן דאווענען, און ער וויל ח"ו נישט עובר זיין אויף דעם הארבן איסור פון גוף נקי, האט ער דעם טלית און תפילין אראפ געווארפן אויפ'ן באנק. און לויפט ארויס צום בית הכבוד, ווען זיינע פוס שלעפן נאך אויף דער ערד, ונשמע קולו בבואו.
ער כאפט א האט-קאפ און פילט עס אן האלב מיט וואסער, נו עס שטייט דאך אזוי, כל מי שאינו.... און ער וויל לויפן אין בית הכבוד. אבער פאר ער לויפט כאפט איהם די אויג א געוויסער מודעה. ער מוז זיך אפשטעלן כאפן א בליק דערויף.
איינמאליגע געלעגנהייט
"א גוט-גייענדע גרויסע ביזנעס אין מאנהעטן יעצט צום פארקויפן. חרדי'שער אינגערמאן פארגעצויגן. גוטע געלעגנהייט פאר'ן פאסיגן פערזאן. געאייגנט פאר כולל אינגעלייט וואס לאזן זיך יעצט ארויס אויפן מארקעט. נאר ערנסט פאראינטעריסירטע ביטע פעקסט צום פאלגנדן נומער: 212-222-8888"
ער לויפט שנעל אריין אין בית הכבוד.
בית הכבוד – צופרי
ער שטעלט אראפ דעם קאפ מיט די וואסער אין די בעק פונ'ם סיט, ביי די זייט. די ערשטע זאך נעמט ער ארויס זיין גראבן שווארצן מארקער, און שרייבט ארויף דאס פאלגנדע אויפ'ן טישו באקס.
"לאזט אייך נישט פארפירן פונ'ם שטן, קויפט נישט זיין נארישע סחורה, איר וועט נאך חרטה האבן. ליינט נישט קיין שמוציגע צייטונגען און מאגאזינען".
יעצט קען ער זיך נעמען פאנטאזירן פון דעם גרויסן ביזנעס וואס ער פלאנט צו קויפן. אזוי ווי יענער האט דאך נישט געשריבן קיין פרטים, קען ער זיך דאך חלומ'ן פון וואס ער וויל.
[פארזעצונג קומט אי"ה]
תוקן על ידי - משיח_השם - 28/02/2005 23:31:38
 |
|
|