בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

תהלים פאר צה"ל ביי סיום הש"ס אי ניו יארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/3/2005 18:35 לינק ישיר 

אלס וואוינער אין א"י מיין איך אז דאס גאנצע נידון וועגן ציונות איז איבעריג, ווייל ס'איז שוין ע"ז שבטלה.
די איינציגע וואס גלייבן אין דעם איז נאר די נעבעכע מתנחלים מיט אפאר חסידישע רביים וואס שטיצן זיי. (סאדיגער, ערלוי, און די לובאויטשע קרייזן וואס גלייבן און נאך אמונות תפלות).
די פראבלעם פון די אגודיסטן איז היינט נישט ציונות נאר דאס וואס זענען ממש מתחברים לרשעים און געבן זיי כבוד.
דאס וואס מ'האט געמאכט מי שברך פאר די חיילים, איך ווייס נישט צו און אמעריקע, און אר"י האב איך געהערט אליין און קול הדף אז מהאט געמאכט בהאי לישנא "החיילים ונפגעי הטרור שנפלו על קדושת הארץ........" איז נישט ווייל מ'גלייבט און דעם, און א'ראי' אז און קיין ביהמ"ד טוט מען עס נישט, מ'האט עס געמאכט צוליב די גרויסע מנגע פון אנשי תקשורת פרייע חברע וואס זענען געווען דארט און מ'זיכט נישט פרישע פרשיות מיט זיי. אזוי האב איך עס פארשטאנען, איך זיי נישט דא קיינער וואס זעט און די חיילים "מגיני קדושת הארץ"............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2005 19:17 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צווייטער קאפיטל

צווייטער קאפיטל.

דערנאך וואס דאס פרייע ציונות האט געגרינדעט די מזרחי, מיטן פרומען לבוש, מיטן ציהל אריינצוכאפן תמימות'דיגע אידן צום רעיון פון "שיבת ציון" "בנין הארץ" און "ישוב ארץ ישראל", וואס דאס האט אלעס געהאט איין ציהל, ארויפברענגען מאסן אידן קיין ארץ ישראל פאר משיח, איז געגרינדעט געווארן די באוועגונג "אגודת ישראל" דורך דעם באוואוסטן חוקר און גאון ר' יצחק אייזיק הלוי ראבינאוויטש זצ"ל, פון די תלמידים פון נצי"ב, און דער פארפאסער פון די מאנאמענטאלע ספרים "דורות הראשונים". דער ציהל פון די אגודה איז לכתחילה געווען צו ראטעווען אידן, הויפטזעכליך די יונגע דור, פון די נעגל פון די רשעים, זיי זאלן נישט ווערן פארכאפט צו ציונות.

די אגודה האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד, הרב ראבינאוויטש זצ"ל איז געווען אין האמבורג, און ער האט געפיהלט, אז מיטן פאראייניגן גאנץ כלל ישראל אין איין קאמף קעגן ציונות, וועט מען שאפן א טיילונג צווישן ציונות-מזרחי און אלע אידן, כלומר: אגודת ישראל. די אגודה האט אנגעהויבן מיטן זעלבן גאנג ווי די פרייע, אבער אויף א ערליכן וועג. תעמולה, אסיפות, כנסיות וכו', פשוט אלס "זה לעומת זה". די היסטאריע פון "אגודת ישראל" און "פועלי אגודת ישראל" וואס זענען געווען די "בעלי בתים" פון די אגודה, איז זייער א לאנגע. איין זאך איז קלאר, אז דאס רוב פון די אגודה פיהרער – כ'מיין די בעלי בתים - זענען געווען אמת'ע מסירות נפש אידן, און נישט געשוינט קיין כבוד און געלט צו ראטעווען כלל ישראל, און האבן באמת אויפגעטון גדולות ונצורות.

אסאך רבנים , דאגעגן, זענען אויך נישט געווען צופרידן פון די אגודת ישראל באוועגונג, צווישן די הויפט מאטיוון זענען געווען די פאלגענדע. דער מצב פון אידישקייט אין דייטשלאנד איז גוט באקאנט, מען האט דארט "געמוזט" מאכן פשרות מיט געוויסע חלקים פון אידישקייט, וואס אויב מען וואלט געמאכט די סארט פשרות אין פוילן אדער אונגארן, וואלט אידישקייט אונטערגעגאנגען, דא יז נישט דער ארט ארומצורעדן באריכות די דייטשע פשרות, וואס זענען טאקע געמאכט געווארן דורך גאר גרויסע אידן, בעלי מסירות נפש, אבער דער פאקט אז עס איז געווען א צורך שעה, האט געשאפן דעם באגריף "דייטש", בערך ווי מען רופן היינט א מאדערנעם איד, וואס פאר זיך איז ער אפשר חשוב'ער ביים אויבערשטן ווי די לומדים אין וואלאזין, אבער קיין "אגודה אחת" מיט דייטשן, און אונגארישע און פוילישע, האט אין קיין פאל נישט געקענט ווערן, לויט זייער מיינונג. פונקט ווי מען קען נשיט צוזאמענשטעלן ספרדים און אשכנזים, וואס ביי איהם איז חמץ איז ביי איהם מצה, און וואס ביי איהם איז חלב איז ביי זיי גלאט כשר – דאס זעלבע איז מיט דעם, יעדער האט זיין מסורה, אוועקרירן זיך פון די מסורה, איז דער יסוד פון אידישקייט.

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז ביים גרינדונג פון די אגודה האט הגאון ר' חיים בריסקער געשטעלט אכצן תנאים אויף וואס די חברי האגודה זאלן איינגיין, באקאנט אלס י"ח דבר, אבער די חברים האבן נישט געוואלט צושימען צו אלע תנאים, דער עיקר איז געווען דער תנאי אז בלויז פרומע אידן זאלן מעגן ווערן איינגעשלאסן אין די אגודה. אין צוגאב צו דעם אלעם, האבן די פועלי אגודת ישראל געטון אסאך זאכן אהן די צושטימונג און וויסן פון די רבנים, וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון די אגודה, די אלע זאכן קען מען ליינען אין די ביכער: י' וינמן, מקאטאוויץ ועד ה' באייר; י' פוגל, אגודת ישראל: פירוד או איגוד?; און אין די בריוון פון מהרש"ב מליובאוויטש זי"ע געדרוקט אין סוף פון שלחן ערוך הרב חשן משפט, די בלויע מהדורה (נישט קה"ת). פונקט:קיין איינע פון די אויבנדערמאנטע מקורות האבן נישט קיין שייכות מיט סאטמאר, זיי זענען באזירט אויף בלויזע פאקטן.

מיט די יאהרן, איז אגודת ישראל געווארן מער נוטה צו ציונות, צוליב א שלעכטן פיהרער זייערן, באקאנט אלס ר' יצחק מאיר לעווין, דער איידעם פון בעל אמרי אמת מ'גור. צוליב פאליטישע און פערזענליכע חשבונות האט ער אנגעהויבן אריינדרייען די אגודה מיטדי מזרחי, און ביים צווייטן כנסיה הגדולה האט מען גערופן אברהם יצחק הכהן קוק, דער ערשטער מזרחי'סטישער רב אין אידישע היסטאריע, וואס א געוואלד רבנים זענען געווען זייער ברוגז אויף איהם, ער האט געמישט תורה, נגלה נסתר מיט כפירה און מינות און שבח הרשעים, מיט א ספאדיק אויפן קאפ, ואכמ"ל. (זעה אין אן אנדערן אשכול וועגן איהם, אפשר וועל איך ממשיך זיין דא איבער זיינע מעשי תעתועים). עס איז געווען אן אפמאך ביי די ראשי האגודה, אז מען גייט נישט רעדן פון ארץ ישראל, פשוט ווייל דאס האבן די ציונים און מזרחי'סטן גענוצט אלס ציהאונגס קראפט פאר זייערע אינטערעסן. ביי די דריטע כנסיה אין מאריענבאד, האט מען אפיעציעל גערעדט פון די "חלוקה", און עס איז באקאנט אז דער אמרי אמת האט געזאגט דאן אומפארשטענדליכע ווערטער: ואת ארצי חלקו, יעדער האט "געטייטשט" דער רבינ'ס ווערטער וויאזוי ער האט געוואלט. טראצדעם, זענען אסאך רבנים געווען מיט די אגודה.

נאך די מלחמה. פרייטאג ה' אייר תש"ח איז געגרינדעט געווארן אין הייליגן לאנד די "ממשלת ישראל הזמנית", צוזאמענגעשטעלט פון "אלע" פארטייען אין לאנד, און אגודת ישראל איז געווארן א חלק פון מדינת ישראל. דאס איז געטון געווארן אהן דעם וויסן פון די גדולי ישראל, ווי עס ווערט קלאר און דייטליך באשריבן אין דעם ספר "מקאטאוויץ ועד ה' באייר", און ער ווייזט אויף די שקרים פון יצחק מאיר לעווין.

ווער איז געווען יצחק מאיר לעווין? ער איז געווען דער וואס האט איבערגעפיהרט כלל ישראל צו ציונות. ער האט אונטערגעשריבן אויף די טריפה'נע "מגילת העצמאות", וואס איז כולה מינות. ער האט זיך נאך אויפגעטון, אז עס איז אים "געלונגען" ארינצושרייבן דעם נאמען פון באשעפער בדרך רמז אין די מגילה. כא כא כא... משל למה הדבר דומה, צו איינער וואס איז מורד אין קעניג, און ער שיקט ארום מרידה-בריוו אין לאנד, זאגט אים איינער: ווילסט האבן שטיצער? שרייב אריין אין בריוו, אז אינעם נאמען פונעם קעניג ביזסטו מורד אין אים.

צי וואלט דען אגודת ישראל נישט געקענט ווייטער אנגיין מיט דעם מלחמה קעגן ציונות אהן ווערן א חלק פון א מדינה וואס איז א מרידה אין מלכות שמים? זיכער יא. איך שטעל זיך אפ דא, ליתן ריוח, און איך ברענג א טראנסקריפט פון די מגילת העצמאות מיט יצחק מאיר'ס אונטערשריפט, און נאכער צוויי בילדער.

--------

בארץ-ישראל קם העם היהודי, בה עוצבה דמותו הרוחנית, הדתית והמדינית, בה חי חיי קוממיות ממלכתית, בה יצר נכסי תרבות לאומיים וכלל-אנושיים והוריש לעולם כולו את ספר הספרים הנצחי.

לאחר שהוגלה העם מארצו בכוח הזרוע שמר לה אמונים בכל ארצות פזוריו, ולא חדל מתפילה ומתקוה לשוב לארצו ולחדש בתוכה את חירותו המדינית.

מתוך קשר היסטורי ומסורתי זה חתרו היהודים בכל דור לשוב ולהאחז במולדתם העתיקה; ובדורות האחרונים שבו לארצם בהמונים, וחלוצים, מעפילים ומגינים הפריחו נשמות, החיו שפתם העברית, בנו כפרים וערים, והקימו ישוב גדל והולך השליט על משקו ותרבותו, שוחר שלום ומגן על עצמו, מביא ברכת הקידמה לכל תושבי הארץ ונושא נפשו לעצמאות ממלכתית.

בשנת תרנ"ז (1897) נתכנס הקונגרס הציוני לקול קריאתו של הוגה חזון המדינה היהודית תיאודור הרצל והכריז על זכות העם היהודי לתקומה לאומית בארצו.

זכות זו הוכרה בהצהרת בלפור מיום ב' בנובמבר 1917 ואושרה במנדט מטעם חבר הלאומים, אשר נתן במיוחד תוקף בין-לאומי לקשר ההיסטורי שבין העם היהודי לבין ארץ-ישראל ולזכות העם היהודי להקים מחדש את ביתו הלאומי.

השואה שנתחוללה על עם ישראל בזמן האחרון, בה הוכרעו לטבח מיליונים יהודים באירופה, הוכיחה מחדש בעליל את ההכרח בפתרון בעית העם היהודי מחוסר המולדת והעצמאות על-ידי חידוש המדינה היהודית בארץ-ישראל, אשר תפתח לרווחה את שערי המולדת לכל יהודי ותעניק לעם היהודי מעמד של אומה שוות-זכויות בתוך משפחת העמים.

שארית הפליטה שניצלה מהטבח הנאצי האיום באירופה ויהודי ארצות אחרות לא חדלו להעפיל לארץ-ישראל, על אף כל קושי, מניעה וסכנה, ולא פסקו לתבוע את זכותם לחיי כבוד, חירות ועמל-ישרים במולדת עמם.

במלחמת העולם השניה תרם הישוב העברי בארץ את מלוא-חלקו למאבק האומות השוחרות חירות ושלום נגד כוחות הרשע הנאצי, ובדם חייליו ובמאמצו המלחמתי קנה לו את הזכות להמנות עם העמים מייסדי ברית האומות המאוחדות.

ב-29 בנובמבר 1947 קיבלה עצרת האומות המאוחדות החלטה המחייבת הקמת מדינה יהודית בארץ-ישראל; העצרת תבעה מאת תושבי ארץ-ישראל לאחוז בעצמם בכל הצעדים הנדרשים מצדם הם לביצוע ההחלטה. הכרה זו של האומות המאוחדות בזכות העם היהודי להקים את מדינתו אינה ניתנת להפקעה.

זו זכותו הטבעית של העם היהודי להיות ככל עם ועם עומד ברשות עצמו במדינתו הריבונית.

לפיכך נתכנסנו, אנו חברי מועצת העם, נציגי הישוב העברי והתנועה הציונית, ביום סיום המנדט הבריטי על ארץ-ישראל, ובתוקף זכותנו הטבעית וההיסטורית ועל יסוד החלטת עצרת האומות המאוחדות אנו מכריזים בזאת על הקמת מדינה יהודית בארץ ישראל, היא מדינת ישראל.

אנו קובעים שהחל מרגע סיום המנדט, הלילה, אור ליום שבת ו' אייר תש"ח, 15 במאי 1948, ועד להקמת השלטונות הנבחרים והסדירים של המדינה בהתאם לחוקה שתיקבע על-ידי האספה המכוננת הנבחרת לא יאוחר מ-1 באוקטובר 1948 - תפעל מועצת העם כמועצת מדינה זמנית, ומוסד הביצוע שלה, מנהלת-העם, יהווה את הממשלה הזמנית של המדינה היהודית, אשר תיקרא בשם ישראל.

מדינת ישראל תהא פתוחה לעליה יהודית ולקיבוץ גלויות; תשקוד על פיתוח הארץ לטובת כל תושביה; תהא מושתתה על יסודות החירות, הצדק והשלום לאור חזונם של נביאי ישראל; תקיים שויון זכויות חברתי ומדיני גמור לכל אזרחיה בלי הבדל דת, גזע ומין; תבטיח חופש דת, מצפון, לשון, חינוך ותרבות; תשמור על המקומות הקדושים של כל הדתות; ותהיה נאמנה לעקרונותיה של מגילת האומות המאוחדות. מדינת ישראל תהא מוכנה לשתף פעולה עם המוסדות והנציגים של האומות המאוחדות בהגשמת החלטת העצרת מיום 29 בנובמבר 1947 ותפעל להקמת האחדות הכלכלית של ארץ-ישראל בשלמותה.

אנו קוראים לאומות המאוחדות לתת יד לעם היהודי בבנין מדינתו ולקבל את מדינת ישראל לתוך משפחת העמים.

אנו קוראים - גם בתוך התקפת-הדמים הנערכת עלינו זה חדשים - לבני העם הערבי תושבי מדינת ישראל לשמור על שלום וליטול חלקם בבנין המדינה על יסוד אזרחות מלאה ושווה ועל יסוד נציגות מתאימה בכל מוסדותיה, הזמניים והקבועים.


אנו מושיטים יד שלום ושכנות טובה לכל המדינות השכנות ועמיהן, וקוראים להם לשיתוף פעולה ועזרה הדדית עם העם העברי העצמאי בארצו. מדינת ישראל מוכנה לתרום חלקה במאמץ משותף לקידמת המזרח התיכון כולו.

אנו קוראים אל העם היהודי בכל התפוצות להתלכד סביב הישוב בעליה ובבנין ולעמוד לימינו במערכה הגדולה על הגשמת שאיפת הדורות לגאולת ישראל.


מתוך בטחון בצור ישראל הננו חותמים בחתימת ידינו לעדות על הכרזה זו, במושב מועצת המדינה הזמנית, על אדמת המולדת, בעיר תל-אביב, היום הזה, ערב שבת, ה' אייר תש"ח, 14 במאי 1948.


דוד בן-גוריון

דניאל אוסטר, מרדכי בנטוב, יצחק בן-צבי, אליהו ברלין, פריץ ברנשטיין, הרב וולף גולד, מאיר גרבובסקי, יצחק גרינבוים, ד"ר אברהם גרנובסקי, אליהו דובקין, מאיר וילנר-קובנר, זרח ורהפטיג, הרצל ורדי, רחל כהן, הרב קלמן כהנא, סעדיה כובאשי, הרב יצחק מאיר לוין, מאיר דוד לוינשטיין, צבי לוריא, גולדה מאירסון, נחום ניר, צבי סגל, הרב יהודה ליב הכהן פישמן, דוד צבי פנקס, אהרן ציזלינג משה קולודני, אליעזר קפלן, אברהם קצנלסון, פליכס רוזנבליט, דוד רמז, ברל רפטור, מרדכי שטנר, בן-ציון שטרנברג, בכור שיטרית, משה שפירא, משה שרתוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2005 20:49 לינק ישיר 

דריטער קאפיטל.

היות ווי די אגודה איז געווארן א חלק פון מדינת ישראל, די גדולי הדור זי"ע האבן געהייסן אלס מצוה רבה צו שטימען פאר פרומע חברי הכנסת (איך לאז מיר נישט אריין אין א שמועס דערוועגן, עס איז א לאנגע מעשה), האבן א חלק רבנים זיך גענצליך אפגעטיילט פון אגודת ישראל, וואס איז שוין מיט גארנישט אנדערש ווי די לאומיים און די דתיים-לאומיים, די גאנצע מערכה קעגן ציונות האט זיך אויפגעהערט. אודאי, האבן די אגודה לוחם געווען קעגן געוויסע פירצות אין די ממשלה, ווייל זיי ווילן האבן א מדינה על פי תורה, על כל פנים מען זאל געמאך לאזן פרומע אידן, נישט גראבן קיין קברים, און געבן געלט...

יעצט, אז איינער פון די גדולי אגודת ישראל האט געמאכט דעם רעיון דף היומי, און ווער עס לערנט דף היומי איז אויטאמאטיש א חלק פון אגודת ישראל, קומט אויס, אז פונקט ווי די "מצוה" פון ישוב ארץ ישראל האט אריינגעפיהרט מיליאנען אידן אין ציונות, פיהרט אריין דער דף היומי אין אגדה אריין, איבער וואס מיר האבן שוין גערעדט פריער.

יעצט וועל איך זיך באפאסן מיט די תגובות וואס איך האב באקומען, בפומבי און אין אישית.

יוחי שרייבט:

באראפארקער די ביסט גערעכט ווי איך פארשטיי איז אזוי געוועהן דער מיינונג פון סאטמאר רב ווען מ'האט געזאגט תהילים דורך דעם מלחמת ששת הימים אין בית מדרש אויף בעדפארד

אודאי, אז גור האט געשיקט סאלדאטן זיכער דארף מען זאגן תהלים, און וואס ברענגסטו א ראיה פון אן עת צרה און שעת מלחמה ביז'ן ווייזן סאלדאריטעט פאר די טמא'נע צה"ל סתם אזוי אין א גרינעם מיטוואך?

אבער די גאנצע מעשה איז א שקר מוחלט
די גמ' זאגט 'הרוצא לשקר ירחיק עידותו' ווי ווייט איז דען מאדיסון סקווער פון וויליאמסבורג??
אבער דא אין דעם אשכול זעהט מען אז דער אגודה איז נישט מער ווי א BOOGY MAN פאר די קנאים
you just cant get over it, plain and simple
לא דובים ולא יער מ'האט געזאגט א קאפיטל תהילים 'יענך ה' ביום צרה. דערנאך יחד ברבבות האט מען געזאגט מיט גרויס רגש "אחינו כל בית ישראל..." נישט מער נישט ווייניגער אזוי ווי מ'פירט זיך ביי אלע אגודה אסיפות אין אמעריקה מימים ימימה.


איך האב עס באשטעטיגט ביי כאטש 15 מענטשן, עס איז אמת ויציב, איך ווייס נאר נישט צי אין אלע פלעצער האט מען עס אויסגערופן, און איך הער אז אין א געוויסן בראשור איז געווען א וואונטש פאר די צה"ל, דאס דארף מען נאך מברר זיין.

איבער די ציונות פון אגודה האבען מיר זיך שוין גענוג גע'טענה'ט איך וועל דא דאס נישט איבער קייען...

יעדער האט ליב מעשיות, איך פארצייל סתם מעשיות און פאקטן, עטליכע בילדער, און ביבליאגראפיע צו עטליכע קראנטע ספרים.

אבער איין נקודה. איבער דעם גאנצען ברייט פון אמעריקה איז פארהאנן שוהל'ן וואס זענען אפיציעל 'אגודת ישראל' שוהל'ן פון Sacramento Ca. ביז בארא פארק. איך אליין האב געהאט דעם זכיה איבער א סאך יאהרן צו שטימען יא אדער ניין אויף אפליקאציעס פון א סאך קהילות איבער אמעריקה וואס ווילען זיך איינשליסען אין דעם אגודה. די תנאים פון זיין א חלק אין דעם, איז פארמאלירט געווארן דורך הגאון ר' יעקב קאמענעצקי זצ"ל און איינס פון זיי איז אז אין אן אגודה שוהל איז אסור צו האבען א דגל סיי פון אמעריקה סיי פון מדינת ישראל אין מ'טאר נישט מאכן א מי שברך אדער סיי וואס פאר א תפלה לשלום מדינת ישראל.

יא יא. ערקלער מיר נאר עטליכע זאכן. 1. ווער הענגט א גרויסן מגן דוד פאן יעדן חג העצמאות אויף פאנעוויזש? 2. צי איז דער ראש הממשלה געקומען צו די כנסיה הגדולה הרביעית אין תשי"ד? 3. אויב לאזט נישט די אגודה די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, ווי קומט אז מען זאל רעדן פון די חיילים ביי דעם סיום הש"ס?

נאך עפעס. לויט איהר אגודת ישראל, לו יצויר אז אלע 120 חברי הכנסת וועלן זיין פרומע אידן, דער ראש הממשלה און דער נשיא וועלן זיין שומרי תורה ומצוות, וועט איר דאך זיין צופרידן, וואס איז שלעכט? זאלט איר אבער וויסן, אז דאס איז לאומיות, דאס איז געווען דער ציהל פון די מזרחי, און קעגן דעם האבן די ראשי האגודה לוחם געווען בחירוף נפש, הכל מודים אז די מדינה איז א בדיעבד, אן אזוי האט הרב הקדוש מבעלזא זי"ע געשריבן אין דעם צעטל אז מען זאל שטימען פאר פרומע חברי הכנסת, אז עס זאל זיין א צד שכנגד, אבער אז די מדינה זאל באשטיין פון בלויז פרומע, אויף דעם איז דאך קיינער נישט מסכים, אויסער מתנחלים און מזרחיים, די פרייע דארפן א מדינה ווי א לאך אין קאפ, זיי גייען אויף אינדיע אוסטראליע און ארבע כנפות הארץ, די פרומע אגודאים האלטן אהן דעם קיום המדינה מיט ציין און נעגל, אונטערן שלייער פון הייליגקייטן, "שלימות הארץ", "ישוב ארץ ישראל", און ווער ווייסט וואס נאך.

און לאמיר אייך פרעגן, אויב וועט זיין א מדינה על פי תורה, ווער וועט דינען אין מיליטער? וואס וועט איר טון שבת מיט עלעקטריק? מיט מלחמה? וועט נישט זיין קיין פארקער שבת אין מדינת ישראל (אוי: מדינת התורה...)? די אראבער וועלן בלייבן פארשפארט ווייל עס ארבעטן נישט די טרעפיק לייטס? פאליציי און מכבי אש וועלן פארן שבת? אלא מאי, מוזט איר האבן די פרייע זאלן טון די ארבעט פאר אייך, שנארן געלט, און געבן אביסל כבוד פאר א בענקל אין כנסת, נו, איז דאך די גאנצע מדינה נתגלה געווארן אז עס קען נישט זיין על פי התורה, וואס איז אלזא דער אויפטו? דער פטור פון מיליטער האט נישט די אגודה געברענגט; די גזירה פון גיוס בנות האט נישט דיע אגודה אנולירט, און זי איז למעשה אין קראפט ביזן היינטיגן טאג, איטשע מאיר איז ארויס פון כנסת אלול תשי"ב אלס מחאה, און גארנישט! וואס קענען פינף מענטשן אויפטון צווישן 120? ווער האט מתיר געווען בחירות פאר ראש הממשלה? מילא פרומע חברי הכנסת, איז געווען גדולים, אבער ראש הממשלה? ווערן ממש א טייל פון די רעגירונג ווי די מזרחי, נאר מיט חסידות און א בארד און א "שווארצע" קאפל?

אינטערשטע שורה איז אז פונקט ווי די MODERN ORTHODOX זענען צו טרייסלט מיט דעם מראה אז איבער 100,000 BLACK HAT חרדי'שע אידען וואס האבען דעמאסטרירט זייער טריישאפט צום דרך ישראל סבא פון לימוד התורה לשמה. פון דער אנדערע זייט איז דאס זעלבע ביי די קנאים וואס זיכען אונטער דעם דף עפס פסול. וואס עס ארט זיי איז פשוט אז אזוי פול אידען יראים ושלמים וואס האבען אנטייל גענומען האלטן נישט אז זייער אידישקייט איז געוואנדען אין דער תוצאה פון דעם באראש משפט.

סאטמאר רב האט קיינמאהל געוואלט זאגען גארנישט בפומבי קעגען דעם דף היומי פאר א פשוט'ע סיבה... ווייל ער האט נישט געוואלט האבען א פנים ווי מנשה פיליף מיט זיינע צידרייטע סברות. הוא הרבי יואל זצללה"ה הלך למנוחות ואותנו עזב לחוכא וטלולא


וואס האקסטו אין טשייניק מיט לימוד תורה לשמה, לימוד תורה לשמה מאכט נישט קיין טראסקעס אין צענטערן, קענסט זאגן לימוד התורה, אבער לשמה? לשם וועמען? חוצמזה, מיינסט אז קוק, ריינעס, פישמאן-מיימון, האבן נישט געלערנט תורה? מיט די תורה האבן זיי ליידער פאר'סמ'ט דאס אידנטום! ווער וואלט געקוקט אויף די ציונים אהן די תורה און מצוות וואס מען האט אפירגעזוכט? ביי די מלחמה קעגן רעפארם האט מען לוחם געווען קעגן יעדע זאך וואס זיי האבן געוואלט אינפיהרן, כאטש עס איז בלויז א מנהג, איך וועל ברענגען א טייל פון די זאכן: 1. חוםה תחת השמים. 2. בימה באמצע בית הכנסת. 3. קריאת העולה לתורה בשמו. 4. צום לעצט: מציצה בפה. און נאך צענדליגער זאכן, וואס בלויז צוליב דעם התבדלות פון די רשעים, האט מען עס איינגעפירט ביי אידן, און א דאנק דעם איז נישט פארגעסן געווארן די מלחמה קעגן רשעים, עד היום הזה.

דו מיינסט אז סאטמאר זוכט פעלערס. האסטו שוין געהערט איינמאל אז מען זאל רעדן אין סאטמאר קעגן דעם סיום אדער דף? עס איז געשען א מאורע, מוז מען מוחה זיין דערויף! און איך ווייס אז איר ווילט עס לייקענען. און להוי ידוע, אז איך בין בכלל נישט קיין סאטמערער, איך האב אין סאטמאר נישט געלערנט, און איך האב נישט קיין שייכות מיט סאטמאר, נישט מיטן סיגעטער רב און אודאי נישט מיט זיינע קינדער, נאר וואס דען, איך האב געהאט א חבר א קנאי, באלאנגט גראדע אויך נישט פארטייאיש צו סאטמאר, און ער האט מיך גוט גוט ערלערט וואס דא טוט זיך, און עד היום זעה איך איין יעדן טאג אז דער אמת איז מיט סאטמאר רב זי"ע! רעדסט ווי דעם נאר נעכטן אין ביהמ"ד, ער זאגט, וואס האט סאטמאר מוחה צו זיין קעגן דעם דף, זיי גייען אין ערכאות! זאג איך אים, ווייסטו וואס, דו טארסטט נישט זאגן אז מען זאל נישט גראבן קברים אין א"י, ווייל דו האסט פריער גערעדט ביי קדיש!

און וואס דו שרייבסט צום סוף, איז סתם גערעדעכץ.

איינער א חכם האט מיר געשריבן אין אישית דריי הודעות:

1. יא יא זיי נישט אזוי צוהיצט, "הגרי"ט ווייס", וואס די דערמאנסט אים אנהייב פונעם אשכול, און היינט גאבד עדה החרדית, האט געדינט ביז לעצטענץ קנאפע 30 יאר און א קהילה וואס יעדען שבת, און דעם אופיצעלען בית המדרש פונעם קהילה מחזיקי הדעת, אויף אוסטרען שראססע, נאכן ליינען, זינגט דער חזן, מי שברך פארן צה"ל, הויך און שיין, וואס זאגסטו צו דעם? איך בין עדות דרויף!!

2. איך וויל צולייגען, אז מאטערסדורפער רב פון בארא פארק איז דער וואס האט פארגעזאגט דעם קפיטל ביים סיום השס!!

3. און וואס זאגסטו צו דעם דאס די ירושלמיער רב האט געדינט אלץ דיין און א קהילה וואס און יום-העצמאות (ה אייר) זענען אלע אירע מוסדות (תלמידי תורה ובתי חינוך לבנות "יסודי התורה") פארמאכט לכבוד דעם יום טוב???????????


און וואס זאגט איר צו דעם הגאון בעל מנחת יצחק איז געווען נאר א גרעסערע ציוני ווי הגרי"ט ווייס, און סאטמאר רב האט געזאגט, א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט, אבער תלמיד חכם נישט, וכך הוה, ער איז געווען דער וואס האט אלארמירט סאטמאר רב סוף ימיו וועגן גרינדן קרן הצלה, ועוד. וואס קומסטו מיט חידושים? און וואס ווילסטו מיטן שרייען אז מאטערסדארפער רב האט געזאגט דעם קאפיטל תהלים, א קשיא אדער א תירוץ?

[פארראכטן א ספעלינג]

תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 07/03/2005 20:56:35



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2005 21:19 לינק ישיר 

איך האב שוין געענדיגט מיין דרשה, עס איז נאך דא אזויפיל צו שרייבן, איך האב אוועקגעגעבן שעות ארבעט בלויז צו שרייבן מיינע ידיעות אין דעם ענין, און די אגודאים וועלכע פרובירן צו פאפן זיך אליין, ווי מען קען עס באשיינפערליך זעהן אין דעם אידישן ווארט וואס קומט ארויס אין אמעריקע, פול מיט ציונות פון דעקל צו דעקל, אבער אודאי וועלן זיי ווידערהאלן: מדינה על פי תורה, און געלט, געלט און געלט...

אבער, א וויגטיגע נקודה. קיינער זאגט נישט אז די אגודה טוט נישט אויף. פונקט ווי ר' שמשון רפאל הירש זצ"ל האט אויפגעטון אין דייטשלאנד, און להבדיל אא"ה דער ליובאוויטשער ביי זיין עולם לויט זייערע געברויכן, דאס זעלבע טוט די אגודה, כ'בין זיכער אז נאך היינט זענען רוב עסקנים ריין לשם שמים, אבער דאס ציונות פארבלענדט למעשה די אויגן, זיי מיינען אז ציונות מיינט בלויז א מדינה שלא על פי התורה, און "צוריקגעבן" שטחים, איי וויי, די שלש שבועות, עונשים חמורים קומען אויף דעם זאגט די הייליגע גמרא, און פשוטע התגרת באומות, איז דאך א סכנה, א מצוה שכלית, און בכלל, וועגן דעם זינלאזיגקייט און שקר פון א "מדינה על פי התורה" האב איך שוין פריער דערמאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2005 22:26 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דוד ב"ג שר"י לייענט פאר די מגילת העצמאות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2005 23:38 לינק ישיר 

ישר כח נבוכרנצר פאר דיינע מאמרים, עס איז גאנץ געשמאק אין כמעט אויסגעהאלטען.

אגב בתחילת דער דריטער קאפיטל שרייבסטו בזה"ל "היות ווי די אגודה איז געווארן א חלק פון מדינת ישראל, די גדולי הדור זי"ע האבן געהייסן אלס מצוה רבה צו שטימען פאר פרומע חברי הכנסת (איך לאז מיר נישט אריין אין א שמועס דערוועגן, עס איז א לאנגע מעשה), האבן א חלק רבנים זיך גענצליך אפגעטיילט פון אגודת ישראל,


קענסט מיר אפשר אויס רעכענען ווער די רבנים זענען געווען? בעיקר די חשובער צווישען זיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2005 23:52 לינק ישיר 

וועלכע גדולים מיינסטו, וועלכע עס האבן געהייסן שטימען אדער פארקערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2005 23:58 לינק ישיר 

ניין רבנים ואס זענען געווען א חלק פון אגודת ישראל, נאר שפעטער ווען די רבני האגודה האבען געהייסען גיין שטימען האבען זיי זיך אפגעטיילט.

תוקן על ידי - ליכטיג - 09/03/2005 0:08:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 00:19 לינק ישיר 

איך דארף נאכקוקן די נעמען, אבער די עדה החרדית איז געווען א חלק פון די אגודה און נישט נאכדעם, און דעם גאב"ד הגרי"ץ דושינסקי בתוכם, אויב ס'איז וויכטיג וועל איך זוכן די נעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 03:21 לינק ישיר 

נבוכד
א גרויסע יישר כח פאר דיין היסטאריע.
איך האב עס נישט געהערט פין קיינעם דא, איך גלייב נישט עס איז אמת ביז איך הער נישט פין איינער וואס איז דארט געווען.
15 מענטשען האסטו געהערט?
ווי זענען זיי געווען אין ירושלים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2005 07:30 לינק ישיר 

פאלגענד איז בערך די נוסח פון דער program coordinator בעפאר אויפרופן הרב שמחה שוסטל שליט"א ר"י בית בנימיןד'סטעמפארד:

We will now recite Tehillim on behalf of אחינו כל בית ישראל.
Particularly
for our bretheran in Eretz Yisroel
for whom the spector of terror is a daily reality,
for the brave soldiers
who put their lives on the line to protect them,
for our precious Bnei Torah
whose Zechus HaTorah is 'Meigin U'Matzil'
for Jews wherever they may be
who are targets of a newly resurgent Anti-Semitism,
and for our estranged brothers & sisters
who are in spiritual danger of vanishing into Jewish oblivion,

המקום ירחם עליהם

עכ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 16:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די פרשה פון די אגודה, איז גאר א לאנגע. איין זאך איז אויפגעזין געווארן קליפ און קלאר דורך צבי וינמן, מקטוביץ ועד ה' באייר, אז די אגודה האט מיט די מועצת גדולי התורה זיך נישט אדורכגערעדט, נישט בנוגע בחירות, נישט בנוגע אריינגיין אין כנסת, און ווער ווייסט וואס נאך. דער מחבר האט נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, איהר קענט אים אנרופן פרעגן, אדער שיקן אויף די פאסט:

ת.ד. 2215 ירושלים

אט זענען צוויי בלעטער פון די הקדמה. ער ווארפט די גאנצע שולד אויף יצחק מאיר לעווין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 17:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

המשך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > תהלים פאר צה"ל ביי סיום הש"ס אי ניו יארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.