| נשלח ב-15/3/2005 08:12 |
|
| |
חטאתי עויתי פשעתי.
איך וואלט נישט חוזר געווען נאר צוליב די דעקעל. עס קען אויך זיין געפעלשט. נאר וואס דען?
איך האב עס דא געטראפען.
http://ram1.huji.ac.il/ALEPH/ENG/NNL/NNL/NNL/FULL/0939582?
אלזא יעצט דארף מען נאכקוקען אויב די מעשה שטייט טאקע דארט.
ולאחר ככלות הכל, די מעשה קען נישט זיין אמת אזוי ווי עס שטייט. קיינער רופט נישט א מיידעל ווען זי ווערט געבוירען א שיקסע, יא עס קען געשעהן אז א פרוי זאל אראפ קייקלען פין אידעשען וועג, און מען זאל פארארבעטען מעשים זי זאל נישט האבען די קינדער, וכו', אבער די מעשה כמו שהוא, איז רחוק מאוד מן הדעת אז עס זאל פארקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2005 19:53 |
|
| |
הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע אין די ערשטע יאהרן אין אמעריקע האט געזאגט אין א דרשה ביי א דינער, אז אין אמעריקע ווער עס בויעט א סוכה - איז א סאטמערער; ווער עס גייט מיט בארד און פאות - איז א סאטמערער. (אגב: בימינו זעהט אויס זענען נאך געבליבן רעשטלעך פון דעם אלטן דור, ראביי טעדנלער האט לעצטנס געזאגט, אז די סאטמערע האבן אויף איהם געמאכט א קול קורא פון אריבער 100 רבנים, כ'מיין אז מען דארף זוכן סאטמערע אויף יענע ליסטע, אבער אזוי איז עס שוין געבליבן, ער געדענקט נאך פון חדר, אז ווער עס איז א פרומער איד און נעמט זיך אהן פון מסורה און אידישקייט, איז א סאטמערער).
נאך א נקודה. כ'האב מיך אמאל געטראפן מיט איינעם פון מיינע יוגנט פריינד, וואס לעצטנס ציהט ער אביסל לינקס, רופט ער זיך אהן צו מיר, אה וואס טוט זיך, מען האט שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, זייט דיין לעצטן ספר ביזטו איינגעשלאפן, ווען קומט שוין ארויס דא מיט יענץ, און ער רופט זיך אהן: אין עולם האקדמי זאגט מען, OR YOU PUBLISH OR YOU PERISH.
זאג איך איהם, חבר טייערער, אין עולם התורה זאגט מען פארקערט. פרעגט ער מיט איראניע, וואס הייסט, וואס זאגט מען אין עולם התורה? זאג איך אים: וואס מען זאגט אין עולם האקדמי - זאגט מען אין עולם התורה פונקט פארקערט
ודי למבין
לענינינו: אויב שרייבט מען תורה אדער אידישקייט - שרייבט מען קעגן משיח_שקר!
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 14/03/2005 20:15:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2005 17:35 |
|
| |
און איך דארף אויך צולייגען,
עס איז לכאורה נישט דא א מענטש וואס הייסט יוסף שבתאי, און א ספר וואס הייסט שער יוסף.
משיח איז א משיח שקר!
תוקן על ידי - אינהכינמי - 15/03/2005 22:25:44
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2005 16:37 |
|
| |
הרב משה בער
איך מוז דיך גראטולירן ווי שנעל דו האסט צוגעטראפן דעם געמיינזאמקייט פון אונזער שרייבעריי. כ'האב מיך טאקע געוואונדערט ווי לאנג עס וועט נעמען פאר'ן עולם צו אנטדעקן די ענליכקייט פון אונזערע ארטיקלען, על אף וואס ס'איז געשריבן אויף צוויי אנדערע עקסטרעמען.
אבער לדאבונינו ולדאבון לב כל בית ישראל, מוז איך דיר זאגן, אז ניין, דו האסט נישט צוגעטראפן דאס מאל. וויפיל איך שעץ דיין שרייבעריי - און נישט דיינע ארונישע מיינונגען - ביסטו אבער דאס מאל אדורכגעפאלן. איך און נבוכדנאצר זענען נישט דער זעלבער מענטש.
איך פארשטיי דיין שטאנדפונקט, און איך קען זעהן פארוואס דו האסט אזוי געטראכט. אבער ס'איז נאך אלץ נישט אזוי.
איי וועסטו פרעגן דו זעהסט דאך יא עפעס דא. וועל איך דיר ענטפערן: ביסטו גרייט?
איך הער נישט?
ביסט גרייט?
אקעי, איך און נבוכדנאצר זענען נישט דער זעלבער מענטש. אבער .......
מיר זיצן צוזאמען אין דעם זעלבן אפיס, מיר זענען שותפים אין ביזנעס. און מיר גרייטן צוזאמען אן אונזערע ארטיקלען. און יעצט האבן מיר אפגעמאכט (א יא נבוכדנאצר'ל? [ער שמייכלט]) אז מיר וועלן זיך אנטשולדיגן דא ברבים פאר'ן עולם.
פאר א שטיק צייט צוריק, האמיר אונז געהאט א שמועס, צו מ'קען מאכן פורים פונ'ם עולם אדער נישט. און אונז האמיר באשלאסן עס אויסצופרובירן. באמת בין איך נישט אזא משכיל, און ער איז נישט אזא סאטמארער, ער האט קיינמאל אין סאטמאר נישט געלערנט. נאר אונז האמיר זיך גענומען שרייבן ארטיקלען, אין צוויי שטארקע עקסטרעמען, איינער קעגן דעם אנדערן. און מ'האמיר זיך ממש אונטערגעהאלטן צו זעהן ווי דער עולם גולם ליינט מיט אזא הנאה און געשמאק. און מ'טענה'ט זיך ארום אויף אונזער חשבון.
איי ס'איז א מחיה
בעסער קען נישט זיין
איי א פארגעניגן
...
נ.ב. אוי וויי, ער זיצט שוין דארט ביים קאמפיוטער און קלאפט אן ארטיקל קעגן מיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2005 03:09 |
|
| |
משה בער
האק נישט אין טשייניק. גיי רעד מיט די אראבער און לאז אונז געמאכט.
נבוכדנצר איז נישט משיח, יעדער ווייסט דאס.
משיח איז א מאדנע מענטש.
ער שרייבט אין אישית אז די ספר פין ווי ער האט גענומען די מעשה הייסט, שער יוסף, לר' יוסף שבתאי.
דער טיפש האט געמיינט אז איך וועל קויפען זיין בלאף.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 14/03/2005 6:07:36
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2005 00:13 |
|
| |
איך זעה אז דיין אנדערע ניק האלט זיך אין די ראמען...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 22:42 |
|
| |
משה בער, אדער האסטו נישט געליינט וואס איך שרייב, אדער האסטו נישט געליינט וואס ער שרייבט
סתם שרייען "כאפצעם" ווייל עס דמיונ'ט זיך דיר אז וויבאלד משיח_שקר האט געפעלטשט א "ספר" און איך האב געוואלט מאכן פורים פון אים אז יעדער חדר יונגל קען עס מאכן - דארף מען נישט משה בער בעק, סתם יעדער קען דאס "כאפן אויף הונדערט פראצענט"
טו מיר א טובה, מיש זיך נישט אריין וואו דו באלאנגסט נישט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 22:37 |
|
| |
און "משיח" וואספארא פילן גייסטו מיר געבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 22:02 |
|
| |
אויף אזוינס וואלט איר זיך זיכער נישט גערישט.
"משיח_השם" מיט "נבוכדנצר" זענען איין מענטש!!!!
איר מוזט נישט גלייבן, אבער, ביי מיר איז דאס יעצט נתברר געווארן אויף 100%
"משיח" מיט דיין קליינעם טעות וואס דו האסט דא געמאכט, האסטו מיר אסאך קאפ-וויי איינגעשפארט
די צוויי ניק'ס וואס שלאגן זיך שוין אזוי לאנג דא ארום פארקערפערט אין זיך איין גרויסען משוגענעם!
יעצט וואונדערט אייך מער נישט אויף די "צוויי אויסערגעווענדליכע פאני ניק-נאמען"!
אוי, דער גייט מיך דער'ממית'ן..... שמע ישראל...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 19:49 |
|
| |
עת לעשות לד' הפרו תורתך
|
|
|
|
|