בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קורס להכשרת מלמדים עולם החינוך אנשיקעניש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2005 16:23 לינק ישיר 
קורס להכשרת מלמדים עולם החינוך אנשיקעניש
מצורף קובץ

יעדן טאג פרישע קורסן




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2005 07:39 לינק ישיר 

ביי די מאדערענע וועלט דארף מען א דיפלאמע צו ווערען א מומחה אין דעם פעלד, דא ביי אונז מאכט מען א לעטערהעד אויף פאטאשאפ, מען שטעלט אריין אין די צייטונגען אין דאס איז עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2005 19:35 לינק ישיר 

טיערער משפיע

טאמער מיינסטו אז אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם זענען אלע אויסגעוואקסען צדיקים יראים ושלמים האסטו אויך א גרויסער טעות, משכילים וואס זענען געפארען קיין בערלין שטודירען איז געווען מער ווי היינט.

אין טאמער ביי די חדר וואס די שיקסט דיינע קינדער וואקסען אלע אויף ליפא שמעלצער, איז אויך נעבעך א רחמנות אויף די קינדער, אבער וויסען זאלסטו אז היינט שטעלט מען אויף אין אסאך פלעצער, א הערליכער דור וואס מען דארף זיך נישט שעמען פאר משיח צדקינו.

אמת אז אין ארץ ישראל איז אסאך בעסער פון דאהי ווייל דארט לייגען די מחנחים אריין מער כוחות ווי דאהי, אבער ברוך ה' אז לעצטענס פארשטייען די חוץ לארצדיגער מוסדות אויף אז א מלמד איז ווי יעדער פאך אין מען דארף זיך עס לערנען,

פארגעס נישט די נסיונות היינט אויף די גאס איז שרעקליך אין א מלמד דארף קענען האבען וואס צו פארקויפן פאר א קינד.

ניין א מלמד איז נישט קיין גראסערי מאן וואס מען שטעלט איהם אריין אין א גראסערי אין ער ארבעט, א מלמד שלייפט אידישע נשמות, אין ער דארף וויסען פונקטלעך וואס ער טוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2005 15:36 לינק ישיר 

איך געדענק א טויבער קינד אין מיין חדר
וואס א טאג וואס דער רבי האט געשוירן זיין שנאצן
האט ער געהאט א יום טוב און ער האט געקענט דעם שיעור ווייל ער האט געקענט לייענען דעם רעבינס ליפן וואס איז נישט געווען פארשטעלט מיט די שנאצן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2005 06:45 לינק ישיר 

עפּשטיין, איך װײס נישט װי אלט די ביסט אדער אין װעלכע יארן די ביסט געװען א חדר יונגעל אױך װײס איך נישט װי װאױל די האסט זיך אױפגעפירט אין חדר אבער דאך האב איך מיטגעפיל פאר דײן שטורמישע חדר יארן.

איך האב געהערט אז יארן צירוק װען כמעט אלע מלמדים זענען נעבעך געװען מלחמה איבערלעבערס װאס האבן געהאט אין זיך אסאך פּרעשער (pressure) װאס דאס האט זײ געמאכט כעס׳איגע מענטשן און זײ פלעגען דאס אויסגעבן אױף זייערע יונגע תלמידים.
אפשר ביסטו געװען א קרבן פון דעם.
(אגב, אפשר קענען די תלמידים אין א װעג גערעכענט װערן מלחמה געליטענע (גרָמה))

אבער דאס איז געװען א תקופה װאס איז שוין פאראיבער,
לכאורה װאלטן קײן קורסוס אין חינוך נישט קײן סאך געמינערט די כעס און אנגעשטרענגטקײט פון די געליטינע איבערלעבערס.

די טויש אין דעם ציגאנג פון די מלמדים האט מער ציטוען מיט די נײע תקופה װי פון די אנלויף פון די מחנכי נפלא פארפלײצעניש.

א ראיה צי װאס איך זאג איז אז די אלע גדולים און תלמידי בעל שם וכדומה זענען אויסגעװאקסן לערנענדיג בײ מלמדים װאס האבן נישט גענימען קײן קורסעס!

װאס פינקטליך האט די הײנטיגע דור מיט די מושטירטע מלמדים פרודאצירט (חוץ פון ליפע שמעלצר)???

איך האלט אז די װיכטיגסטע זאך איז פאר די הנהלה׳ס גוט צי דורכקיקען אין אויסשטאדירען די װאס זײ װילען װערן מלמדים, זיכער צומאכען פון פאראויס אז זײ זענען פעאיג, רואיג, געלאסן, פארשטענדליך און ערליך מיט א סטאַבילע שטיב און גיטע שלום בית
נישט אזויװי אין טײל פלעצר װי אויב דער פארשוין האט א ברײטע ביבער היט, שװארצע גלעזער און אימ–געשױרענע שנאצן איז ער אטאמאטיש קװאלפאצירט צי װערן א מלמד.

און אויף דײן טענה אז א מחנך קען נישט פאָפּען
קודם כל עס פארשטײט זיך אלײן אז די חברה גרײטן זיך אָן א פּאר כללותדיגע חינוך פונקטן און עצות.

און אויב דער עולם װערט נישט פארקויפט פאר זײנע חינוך װאונדערס קען ער אײביג ציריק קומען און צװײ יאר אלס א מומחה אין רפואה טראָפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2005 05:14 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2005 16:46 לינק ישיר 

הרב עפשטיין

איך אליין האב מיך מיט דעם פראבלעם אויך נישט אנגעטראפן. איך האב מיך נאר באצויגן צו די אויבנדערמאנטע תגובה פון הרב משפיע. ווי ער שרייבט אז דער עולם איז נמאס געווארן פון באבאס, ממילא זענען זיי אויפגעקומען מיט אן עצה פון 'מחנך נפלא בא לעיר'. און ווי איך האב פארשטאנען, האט ער געמיינט צו זאגן, אז ס'איז די זעלבע סארט חברה. און אויף דעם האב איך מיך באצויגן.

נו בלייבט איבער פאר הרב משפיע צו נעמען אחריות אויף זיינע ווערטער, און פארענטפערן דיינע שאלות.

ואני את נפשי הצלתי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2005 04:35 לינק ישיר 

איך האב מיך נישט מיט דעם פראבלעם וואס משיח שרייבט נישט אונגעטראפען.

אין עס לייגט זיך אויך שווער אויפן שכל, צו זיין א באבא מיט א בעל מופת למשל דארף מען נאר קענען געבן א ברכה, אין דאס איז א זאך וואס שארטלאנען קענען זיך ארויפכאפען אויף דעם, אין פארדרייען דעם מענטשהייט וואס לעכעצט אויף עפעס.

מצד שני א מחנך דארף רעדן צו די זאך, אין אז ער רעד נישט צו די זאך וואלט מען איהם אויפגעשליידערט פון די שטיגען נאך די ערשטע דרשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2005 04:13 לינק ישיר 

הרב עפשטיין און הרב משפיע

באמת זענט איר ביידע גערעכט. אמת אז קיינער וויל נישט די פארצייטישע מלמדים. עס איז א גרויסער אויפטוה אז מלמדים לערנען זיך דעם אומנות. דער פאך פון ארבעטן מיט אידישע נשמות איז כאטשיג נאך אזויפיל ווי סיי וועלכע אומנות. ממילא דארף מען זיך דערצו לערנען, מ'קען נישט נעמען סיי וועם אויף דעם. איז ברוך השם פאר דעם, אז מלמדים פארשטייען שוין היינט דעם גודל הענין פון מחנך זיין אונזערע טייערע קינדערלעך.

מצד שני אבער, איז אזוי ווי יעדע דבר טוב, כאפן זיך ארויף בעלנים דערויף, און נוצן עס פאר זייערע פריוואטע געברויכן. ווי למשל רבנים וואס האט אמאל געמיינט א איד א תלמיד חכם, וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער, איז היינט געווארן א חפץ וואס גייט איבער בירושה מדור לדור פאר די אייניקלעך. אזוי אויך דער ענין פון חינוך. אזוי ווי דער עולם פארנעמט שוין נישט דעם שקר פון די אלע חכמים ומשוגעים, נוצן די בלאפערס אויס דעם ענין פון חינוך. און מען שרייבט מחנך נפלא בא לעיר. און דער זעלבער עולם גולם וואס איז געלאפן צו איהם אלץ האנט ליינער לויפט יעצט צו איהם אלץ חינוך קאנסאלטענט.

מ'דארף זיך זייער גוט נאכפרעגן, און נאכגיין די זאך, ווער איז טאקע א מחנך, ווער איז אן ערליכער, א תלמיד חכם, איינער וואס פארשטייט באמת צו חינוך, נישט סתם איינער וואס קען לעקן עלטערן. בקיצור אזוי ווי ביי יעדע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2005 22:55 לינק ישיר 

זעט אויס אז די בענקסט זיך אויף די פארצייטישע מלמדים וואס האבען געטיילט מכות, אין אזוי האט מען געלערנט.

ברוך ה' אז די קינדער וואס לערנען ביי די מלמדים וואס נעמען קורסן ווילען גיין אין חדר מצונים הטוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2005 17:54 לינק ישיר 

מן הסתם איז שוין דער עולם נמעס געװארן פון מקבולים, היילערס, חכמות היד׳ניקעס און כתובה לײנערס און מען קימט שוין נישט און די מאסן זײ צי באװארפן מיט געלט זענען זײ אויפגעקימען מיט די idea פון ''מחנך נפלא בא לעיר''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קורס להכשרת מלמדים עולם החינוך אנשיקעניש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext