איך וואלט געוואלט פארשלאגן א עצה צי מאכן דעם פורום מער אינטערסאנט אין ווייניגער קינדיש אין בעביש
ווען עס קימט פאר א מסיבה אדער א נסיעה וכדומה ביי איינע פין די צוויי רביים אין סאטמער זאל מען גלייך עפענענן צוויי אשכלות איין אשכול וועלן די חסידים פין יענעם רבין {למשל ארונים אויף זייער רב}קענענן שרייבן ווי שיין עס איז געווען אויסרימען ביזן הימל אין מען וועט שרייבן דארט נאר די פאזעטיווע זייט. אין אינעם אנדערען אשכול וועלן די מתנגדים פין יענעם רבי קענענן שרייבן ווי שלעכט די מסיבה איז געווען. אימגעלאנגען. ליידיג. וכדומה
למשל ביי די צוויי נסיעות אין לאנדון וואלטן עקשטיין.חורינר.פייערמאן.קרן.געזעגענענן. וכו' געשריבן אין איין אשכול
אין אויסשווארץ. געטמי. שוירשנגח.יענקעלע. ציפרידן. וואלטן געשריבן אינעם צווייטן אשכול
פאר דעם האט זיך אפילו דער ימח-שמו'ניק היטלער אויך געהיטן נישט עובר צו זיין 'בפרהסיה' (כידוע האט ער אויף געשטעלט פאלשע לאגערן צו ווייזען ווי 'גוט' ער באהאנדעלט אידען, פאר די RED CROSS )
ביי אונז ליידער איז נישטו קיין שום גדר וסייג, ...אלס איז מותר... דא ביי דעם פורום איז עס ממש אן עקעל מיט אלע שקרים בזיונות וכו' וכו'
איך האלט אז מחלוקות פון חילוקי דעות איז זייער גוט אין געזונט פאר אונזער געזעלשאפט, די פראגע איז ווי אזוי קען מען איינפירןדא אין פורום א CODE OF CONDUCT ווי אזוי מ'פירט א מחלוקה.
סתם צו שרייען מ'זאל אויף הערען זיך צו קריגען- איז קינדעריש און נישט ריאליסטיש...
א חוץ אויב איהר הייסט ר' ישראל מאיר הכהן קאגאן
תוקן על ידי - yohcee718 - 02/08/2005 17:05:00
נשלח ב-2/8/2005 05:01
נשלח ב-12/5/2005 05:27
וואס איז געווארן מיט דעם פלאן
נשלח ב-15/3/2005 01:41
איך וויל דא באגריסן די שריט פון אפאר פאפולערע נארמאלע שרייבער צו טוישן זייער ניק צו א נארמעלערע נאמען וואס טוט נישט אפענדן קיינעם.
הלוואי ממנו ילמדו וכן יעשו!
נשלח ב-15/3/2005 01:31
נישט קיין שלעכטער פלאן,
אבער דאס דעבעיטן איז דאך א חלק וואס דער עולם ענדזשויט.
איין זאך איז זיכער אז מען קען דיבעיטן מיט רעספעקט אויך, און אפילו מען ציעט א 'טראפקעלע' איבער קען מען דאס נאך אויך טאלערירן, רוב אשכול פון די נסיעה איז געפארן גאנץ כמעשה, ביז די ניבול פה האט זיך אנגעהויבן...