|
|
| נשלח ב-18/3/2005 23:30 |
|
| |
bacchi
[;-)יישר כח
און וועגען די צדיקים... נא,יעדער האט זיין שוואכער מאמענט (ירידה אין די חסידישע לעקסיקאן) אין לך אדם שאין לו שעה...... לא להתייאש!!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2005 04:59 |
|
| |
....תהא מיתתי כפרתי - האט מיר דערמאנט א קאמישן עפיזאד
הרה"צ ר' יצחק (איטשע) פריעדמאן שליט"א רב דחסידי בראסלעוו וומסב"ג האט אמאל ביי א מוסר שמועס פאר אינגלעך אין חדר, געוואלט ארויסברענגן ווי געמיין עס איז צו לעבן מיט "ליצנות"
האט ער דערציילט דעם עפיזאד, וואס איז צוליב איר קאמישקייט געליבן אין זכרון פאר אלע אינגלעך אויף לאנגע יארן נאכדעם.
עס האט איהם דערציילט א חבר וואס איז אליין געווען אין די קאר ווען א פולע קאר אינגעלייט האט געכאפט א גליטש די קאר האט זיך גענומען דרייען אזש אז זיי האבן געזעהן דעם טויט פאר די אויגן, נו וואס טוען א גרופע אינגעלייט אינאיינען אין אזא צייט?
זיי האבן זיך גענומען זינגן אלע אינאיינעם הויעך א ליד
"זעקס פגרים, זעקס פגרים, גייען דא זיין.... זעקס פגרים....!!!!"
מה עשה הקב"ה, עס איז נאכנישט געווען זייער צייט צו ווערן פגרים, און די קאר האט זיך אפגעשטעלט, און זיי זענען אלע ב"ה. ארויס אומבאשעדיגט.
אבער, שטעלט אייך פאר קינדערלעך - האט ער אויסגעפירט - ווי גרויס עס איז די קליפה פון ליצנות, און ווי נידעריג מען קען זיך דערקייקלן, אז ווען מען זעהט דעם ט.. פאר די אויגן, אנשטאט תשובה טוהן אדער מתפלל זיין, זינגט מען אזא ליצנות'דיג ליעד... מיט דעם גרייט מען זיך צו גיין
עד כאן המעשה!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2005 15:12 |
|
| |
דער אמת איז ווען א מענטש האט שווערע צייטען דערמאנט ער זיך מער אין אייבישטער, אין האט ביטחון,
וואס טוט זיך אבער ווען עס גייט איהם יא גוט? איז שווערער צו האבען ביטחון, ווייל דער קאפ פארט אויפן כוחי ועוצם ידי ריכטונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 00:05 |
|
| |
ווען מען דארף דעקן די גוריסע הוצאות פסח, דארך מען זיך ווידער שטארקן אין בטוחון און אמונה!!!
נאר אמונה... נאר אמונה... אין בורא כל עולמים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 01:19 |
|
| |
שעפסל שרייבט
~~~~~~~~~~~
די וואך האט איינער מיר געגעבן א צעטל, און דאס שטייט דערין:
כחה של אמונה ובטחון
......כי הנה באמת, אם ענין הבטחון והאמונה חזק באדם, אין לו לירא משום דבר, ואפילו אם אין לו שום זכות, מכל מקום כח האמונה והבטחון עצמו, רב וחזק בכחו להביא הדבר שבוטח בו......
וכח הבטחון גדול אפילו בדברים שלמעלה מן הטבע, ושאין כח אפילו ביד המצות ומעשים טובים להשיגו, מכל מקום יש כח ביד הבטחון להביאו, וכמ"ש בענין בני חיי ומזוני דלאו בזכותא תליא מלתא אלא במזלא תליא מלתא, ובכל זה יש כח ביד האדם לזכות בהם על ידי מדת הבטחון, כי אין לך דבר בעולם שאינו ביד האדם לזכות בו לעצמו....
(דרושי חפץ דף יא ע"א)
דער ספר איז א ספר פון דרשות, דער מחבר איז געוועהן א תלמיד בנגלה פון ישועת יעקב, ובחסידות פון דעם שרף מסטרעליסק זי"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 06:35 |
|
| |
ווען איר כאפט א קלאפ אין איר זענט דאך א איד טראכט איר אז עס איז כפרת עוונות.
מען דארף זיך דאך אבער מאכען א חשבון הנפש. איז דא א ענין צו טראכטען על מה עשה ה' ככה?
דארף מען מחליט זיין אויף וואס דער אייבישטער האט דער געגעבען דעם עונש?
|
|
|
|
|