בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הצלה מעמבער פארוואונדעט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/3/2005 22:34 לינק ישיר 
הצלה מעמבער פארוואונדעט

עס איז מיר א גרויס חידוש אויפ'ן עולם דא. כ'האב נישט געהאט קיין געלעגנהייט ארויף צו קומען דא אויף היידפארק זינט נעכטן אוונט. און כ'בין זיכער געווען אז יעצט, וועל איך שוין זיכער טרעפן עפעס אן אשכול איבער דעם.

וויליאמסבורג - מיטוואך אום 8:00 אזייגער אין אוונט, האבן זיך צוויי חשוב'ע הצלה מעמבערס ארויס געלאזט אויף א קאל, מיט'ן אמבולאנס. ר' יצחק שמעון ווידער און ר' נפתלי שישא, זענען געפלויגן אויף די וויליאמסבורגע גאסן, מיט שרייענדע סירענעס, און בליטשקעדיגע לאמפן וואס האבן באלאכטן די גאסן.

אויף פען סטריט, צווישן ליע און מארסי עוו. בויעט מען עפעס אויף די גאס, מען גראבט און מען שארט, און די גאס איז אפגעשפארט דורכ'ן טאג. אבער ביי די נאכט, עפענען זיי די האלבע גאס, דאס הייסט מ'קען נאר פארן אויף איין זייט. די אומ'אחריות'דיגע שטאטישע ארבייטער, האבן אבער נישט געפינען פאר וויכטיג צו אויס'חשבונ'ען, אז די ביימער שטעקן זיך אריין ביז אין גאס אריין. און אויב דארף א טראק דורכפארן ממש ביי די זייט פון די גאס, דארט ווי קארס זענען געווענטליך געפארקט, ווערט ער צוקלאפט. און זיי האבן פארשטייט זיך נישט ארויף געלייגט קיין סיין דערוועגן.

און אזוי יאגן זיך די צוויי געטרייע מעמבערס צו ראטעווען א איד. און נישט באמערקנדיג דעם אריינשטעקנדיגן בוים, פליענדיג אויף אזא שמאלן וועג. האבן זיי געגעבן א זעץ אריין מיט כח אין דעם בוים אריין. כ'בין געווען יעמאלט אויפ'ן בלאק, כ'קען אייך זאגן דער זעץ איז געווען א מורא'דיגער. מ'האט געקענט הערן אז עפעס ערנסט איז געשעהן.

זיי האבן פארשטייט זיך גלייך אריין געשריגן אין די ראדיא, אז זיי ברויכן הילף. ביז געציילטע סעקונדן איז די גאס פארפלייצט געווארן מיט געטרייע הצלה וואלונטירן וואס זענען געקומען צו הילף צו איינעם פון זייערע געטרייע חברים. ר' נפתלי שישא האט געליטן מילדע וואונדן, און איז אריין געפארן אין שפיטאל מיט ר' מיכאל אלטמאן'ס קאר, נאר כדי זיך אויסצוטשעקן, און נאך אפאר שעה איז ער אהיים געקומען בשעה טובה ומוצלחת.

ר' יצחק שמעון אבער איז נישט געווען אזוי מזל'דיג. ער האט געליטן ערנסטע וואונדן. ווי אויך ערנסטע טשעסט פעין. און מפי השמועה האב איך געהערט אז ער האט זיך צובראכן אפאר ריפן ביינער. השם יתברך ישלח לו רפואה שלימה מן השמים על רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו. כ'ווייס נישט ווי עס האלט יעצט, אבער צופרי איז ער נאך געווען אין שפיטאל.

אגב: ר' יצחק שמעון, איז זייער א געטרייער און חשוב'ער מעמבער. ער איז אויך א סערוויס מעמבער, וואס מיינט אז ער האלט אויף דעם אמבולאנס מיט אלע אירע צוגעהערן. רייניגט עס, פילט עס אן מיט גאז, מאכט זיכער אז אלע עקוויפמענט זענען אויפ'ן פלאץ, לייגט צו וואס עס פעלט וכו' וכו'. חוץ מזה וואס ער איז זייער אן אקטיווער מעמבער, און לויפט העלפן אסאך אידישע קינדער.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 04:08 לינק ישיר 

אין קיין גרויסער זאכען קען מען פון די שטאט נישט באקומען, ווייל YOU CANT FIGHT CITY HALL.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2005 23:58 לינק ישיר 

די אויפגעריסענע גאסען אין די סיטי אין דער סיעסטעם ווי אזוי עס ארבעט איז אזוי קרופטירט אז די רעכטע האנט וויסט נישט וואס די מעשה פין סעפטעמבער 11 האט באצאלט די שטאט 11 מיליאן דאלער איבער צומאכען די ראדס אין א טאג נאכדדעם האט קאן עדיסאן אלעס אויפגעריסען

עס איז בכלל געווארען א ראוד קאנסטראקען אין גאנץ ווילטאן
וואס איז שוין נישט געווען יארען ווייל מען מאכט איבער דעם גאנצען סוער אין וואסער סיסטעם אבער מיר בלייבען ביז נאך די ענדע מיט די אופגעריסנע דאודס וואס די היימישע אוטא שאפס מאכן א לעבן אין די בעסטע עצה איז צו באמבערדירען דעם 311 סיסטעם מיט קאלס אן אויפהער אין צו סוען די קאמפאני וואס האט געהאנלדעלט אויף אזא אומפאראנטווארליכען וועג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הצלה מעמבער פארוואונדעט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext