בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ביהמ"ד "חמדת ישראל" - סאטמאר מאנסי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/3/2005 17:51 לינק ישיר 
ביהמ"ד "חמדת ישראל" - סאטמאר מאנסי

אין מאנסי ווי הגה"צ ר' חיים יושע האלבערשטאם שליט"א וויל איבערנעמען די מאכט – ווי יעדער אין זיין הויזן וואלט געטוהן/כאטש דאס זיין א רבי אין סאטמאר קומט מיט מיט די אלע שברי לב וואס איך וואונטש פאר קיינעם נישט – האט מען אנגעהויבן צו בויען א נייע גרויסע ביהמ"ד חורף תשנ"ט!! און ביז היינט איז עס נאכנישט גרייט [אינגאנצן גרייט, לויט די "חאמשוינים"! (דא אין מאנסי הערט מען אסאך דעם אויסדרוק!)]

סך הכל האט מען דארט געדאווענט "ימים נוראים תשס"ה"! און דערנאך האט מען עס פארשפארט, ביז מען וועט עס מאכן "אינגאנצן גרייט"!

ווי יעדער דבר שבקדושה, האט מען ביי דעם ביהמ"ד אויך צוזאמגענומען געלט פון איבעראל, אנגעהויבן פון אנ"ש מאנסי, דורך פארקויפן זיצן [איך האב אויך דא 2 זיצן!!] פארקויפן שטיבלעך, ארון קודש און דעם "שער הראשי" דער הויפט אריינגאנג!

מ'איז כמה פעמים געפארן צו אנדערע מקומות, מיטן רב הגה"צ ר' חיים יושע שליט"א בְּראש, מ'איז געווען אין לאנדאן, טראנטא, ועוד.

דער הויפט טויער האט איינער אפגעקויפט, און לפי בקשתו האט מען עס א נאמען געגעבן "בית חמדת ישראל" שע"י קהל ויואל משה ד'סאטמאר מאנסי

נו, דאס שפילט אריין אין די הענט פון די ליצים!! גייסט אפשר דאווענען אין "חמדת ישראל" אדער אין נייטרא?...

* * *

דעם שושן פורים געט מען אריין א ספר תורה אין ביהמ"ד "חמדת ישראל" געשריבן דורך גאנץ קהל!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2005 19:30 לינק ישיר 

קרית יואל'ער ישיבה האט זיך נישט צוגעבויעט די לעצטע 20 יאר?? חא חא חא

דעם יעצטיגן היכל הביהמ"ד ווען האט מען געבויעט??

דעם יעצטיגן הערליכן גרויסן עס-זאל ווען האט מען געבויעט??

חא חא

איין זאך יא, ווען קרית יואל האט געבויעט האט מען נישט קאמפיינט 2 יאר, און יעדן חודש געטוישט די נאמען פונעם קאמפיין!!...

מען האט איינמאל געמאלדן ברבים [און ביי אפאר בנינים דאס אויך נישט!!] און דערנאך איז עס געשטאנען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2005 06:15 לינק ישיר 

יא, יא, מען בויט און מען בויט אבער עס ווערט קיינמאל נישט פארטיג, געדענקסט נאך די צוויי שטאק אויף ויואל משה, איין שטאק נדבת ליבו פון יענקעלע כהנא
(NO RELATION TO ME) און די אנדער שטאק נדבת ליבו פון ר' יעקב יאקאבאוויטש ז"ל, וואס יעדן אינדערפרי פאר איך צו צו געבן א קיק אולי ואולי וועל איך דאס שוין האבן די זכי' דאס צו זעהן אויפגעבויט, אזוי אויך שטייט דער שיינער טאוועל אויף WALLABOUT/LORIMER/LEE און איך ווארט שוין קוים אויף די חנוכת הבית, און וועגן דעם בין איך דערביטערט, פארשטאנען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2005 06:03 לינק ישיר 

יענקעלע 11 אויב געדענק איך גוט שטייען שוין די בנינים פון די ישיבה גדולה אין מאנרא באלד 20 יאר אנדעם וואס מען זאל דארפן צובויען. אדרבא טייל בנינים האט מען פארמאכט למחצה לשליש ולרבוע. אבער אין די "קווינס" ישיבה קוים וואס עס האט זיך געעפענט, נשיט קיין גאנצע 5 יאר, און מען בויט שוין א פרישע בנין פון איבער 10 מיליאן דאלער. יא מיר פארשטייען עס טוט וויי.


המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי אהרונים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 05:51 לינק ישיר 

יא, מען האט געמאכט א חלוקה דרבנן, ר' זלמן לייב מאכט אבן הפינה'עס, און ר' אהרן מאכט חנוכת הבית'ער, און אלעס איז שלום ושלוה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2005 00:34 לינק ישיר 

וואס דארף מען זיך טענה'ן אויף די נעמען?
לאמיר געבן א קלארן קוק:
ביז סיון תשנ"ט האט איין קהילה אין סאטמאר זיך געקענט בויען אן דעם "גאון הגאונים" אהרן ט"ב?
ווער עס האט נאר געהאט אזא "מחשבה זרה" האט מען געפלעט דעם קאפ. אלעס האט געמוזט זיין בראש פונעם "גאון הגאונים".
זייט תשנ"ט האט "יעדער" זיך געבויעט אן די "אומערמידליכע הילף" פונעם "גאון הגאונים".
און אלעס וואקס און בליט ב"ה.
"דאס" איז די אישו, און "דאס" קרענקט אזוי די אהרונים.

תוקן על ידי - איחודמעמבר - 21/03/2005 0:38:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 00:26 לינק ישיר 

יושע ווייס האט בכלל אמאל געהאט א פעני אויף זיין נאמען, יעדער ווייסט אז שלום ווייס האט דאס מנדב געווען עס איז קיינמאל ניטאמאל געווען א סוד, זיי האבן זיך פשוט געשעמט ארויפצולייגן זיין נאמען האט מען עס א נאמען געגעבן נאך שלום'ס פאטער,
ווייטער וועגן היכל ר. איז דא א סאך זיך צו שעמען אבער נישט צוליב די גניבה שטיק, אפשר איז אביגדור י. א גרעסערער גנב, אבער צוליב אנדערע שמוץ פון ר. איז א בושה פאר סאטמאר צו האבן אזא נאמען אויף א מקום תורה,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 00:06 לינק ישיר 

איך האב געמיינט אז ער פירט טיש אין היכל יושע ווייס,
I GUESS איך האב געמאכט א טעות, זאג נאר נאכאמאל, היכל ראזענבערג האט זיך וואס צו שעמען פאר היכל אביגדור יאקאבאוויטש???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2005 00:02 לינק ישיר 

דער בנין וואס ר' אהרן פירט טישן האט מנדב געווען שלום ווייס, אין נישט ווייל דאס געלט איז געגנבט דארפט איר זיך שעמען ווייל די גאנצע ועד הקריה געלט איז געגנב'ט אין איז פון יודיש בלוט,
די בושה פון ווייס אין ראזענבערג איז צוליב גאר גאר אנדערע חטאים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2005 23:59 לינק ישיר 

merkaz
אפשר זאגסטו ווי עס איז בנין שלום ווייס, איך האב דאס נאך נישט געזעהן, און דער נאמען היכל ראזענבערג איז אסאך שענער ווי בנין אביגדור יאקאבאוויטש מיר האבן זיך גארנישט צו שעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2005 23:52 לינק ישיר 

דער נאמען חמדת ישראל איז נאך אלס שענער ווי בנין שלום ווייס, אדער היכל ראזענבערג, איך בעט דיך פרעג נישט פארוואס, איך וויל נישט מבזה זיין ברבים שלום ווייס מיט זיין חבר יצחק ראזענבערג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2005 23:25 לינק ישיר 

נא, ב"ה אשר לא השבית קרוב וגואל... ס'איז שוין דאכט זיך הויך צייט עס זאל זיין עפעס א לייטישע רב אין עפעס א סאטמארע קהילה...........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2005 23:14 לינק ישיר 

ב''ה די חסידים פון כ''ק הגאב''ד קר''י שליט''א האבן שוין א שטיק צייט אן אייגענע בית המדרש ווי מען איז זיך מתחמם לאורו הק' און נישט צו חיים שיע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2005 17:55 לינק ישיר 

דער בעל נאות יעקב וואס איז אמאל געעןען אין סאטמער מאנסי וועט קומען מיט זיין תלמיד דער בעל בעל מלח רישא ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ביהמ"ד "חמדת ישראל" - סאטמאר מאנסי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext