בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

האבן גדולים געקענט אפווענדן ויואל משה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2005 21:37 לינק ישיר 

ויואל משה איז געבויט אויף צוויי זאכן, וואס ווי ווייט איך וויס קען מען גארנישט בויען אויף די יסודות, איך כללית'דיג נאיך גי נישט אריין אין פרטי פרטים.
די מקור פון שלש שבועות איז אן אגדתא, יעדע חדר יונגעל ווייסט אז מען לערנט נישט ארויס קיין הלכות פון אגדתא!

צווייטענס אפילו לאמיר זאגן אז מ,פסקנט יא אי דווקא מען זאל עס נישט נעמען מיט געוואלד, למעשה האט די יו. ען. עס געגעבן, איינמאל עס האט באלאנגט פאר אונז מעג מען פייטן דערפאר.

לו יצוייר ווען אעס וואלט געווען א פרומע רעגירונג, וואלטן רוב גדוילם וואס שטייען היינט דערקעגן מסכים געווען איןדי ויואל משה ז"ל וואלט געבליבן א שיטת יחידאי וואס קיינער וואלט זיך גערענט דערמוט, למעשה האט עס איהם גוט געשפילט אז די פרייע האבן די רעגירונג.



יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 21:57 לינק ישיר 

יוסעלע שרייבט

ויואל משה איז געבויט אויף צוויי זאכן, וואס ווי ווייט איך וויס קען מען גארנישט בויען אויף די יסודות, איך כללית'דיג נאיך גי נישט אריין אין פרטי פרטים.
די מקור פון שלש שבועות איז אן אגדתא, יעדע חדר יונגעל ווייסט אז מען לערנט נישט ארויס קיין הלכות פון אגדתא!


איך וועל בלויז ברענגען וואס איך האב שוין געברענגט אין אן אנדערע אכול פון א מזרחי'סט, נאכדעם וועסטו רעדן

און אויב ביסטו גערעכט, פארוואס האט קיין איינער פון די מועצת גדולי האגודה נישט געשריבן וואס דו זאגסט, נאר די מסרחים?

צווייטענס אפילו לאמיר זאגן אז מ,פסקנט יא אי דווקא מען זאל עס נישט נעמען מיט געוואלד, למעשה האט די יו. ען. עס געגעבן, איינמאל עס האט באלאנגט פאר אונז מעג מען פייטן דערפאר.

קייסט איבער די תורות פון די מסרחים. אין די גמרא שטייט אז יו ען איז מחליט, אדער ימרדו באומות? ביי די מלחמת השחרור האט מען געפייט מיט אראבער, און רוב פעלקער האבן נישט געוואלט אז אידן זאלן האבן א לאנד, דערונטער די מיליאנען אראבער, נו וואו איז דער היתר זיך צו "פייטן" מיט די אראבער? אויב איין אומה לאזט און צוויי נישט, גילט די שבועה פון שלא ימרדו? מיילע אויב רוב אומות לאזן און א מיעוט נישט, קען מען דן זיין, אבער דא איז די מעשה פארקערט.

קוק אין קליפ פון אמנון יצחק וועסטו זעהן וויפיל אומות האבן געוואלט און וויפיל נישט, חוץ פון די מיליאנען אראבער מיט וועמען די איזראעליס האבן זיך "געפייט" און טעכניש אנגעארבעט א סכנה פאר אידן אין די גאנצע וועלט ביז היינט אהן קיין פארוואס אהן קיין פארווען.

לו יצוייר ווען אעס וואלט געווען א פרומע רעגירונג, וואלטן רוב גדוילם וואס שטייען היינט דערקעגן מסכים געווען איןדי ויואל משה ז"ל וואלט געבליבן א שיטת יחידאי וואס קיינער וואלט זיך גערענט דערמוט, למעשה האט עס איהם גוט געשפילט אז די פרייע האבן די רעגירונג

וואס האט פרייע רעגירונג מיט שלש שבועות? ווען נישט די פרייע וואלט בכלל געווען א מדינה? שטותים והבלים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 23:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מלך בבל

איך אלס אגודיסט היט איך מיך נישט צו פירן קיין מערכה'ס קעגען רעכטס. so here I am fighting with one hand tied behind my back.
און אין די צייטן בין איך זייער פארנומען אבער כדי עס זאהל נישט זיין שתיקה כהודעה וועל איך נאר שרייבען אפאר קליינע הערות.
פטור בלא כלום אי אפשר ...

די ווילסט נישט מעסטן צווישען בעלזער רב און סאטמאר רב אבער די האסט! אין דאס איז אלע מאהל דער סוף פון אלע טענות מיט אנשי השיטה ..
"אבער דער סאטמאר רב איז דאך גאר גרויס"

אין אויף דעם קען דאך קיינער נישט חולק זיין. אמת?
איז פאנג אהן דיין טענה מיט דעם אין ענדיג מיט דעם וזה הוא!

די האסט נישט געענטפערט צום טענה אז די אורטודוקס'ן זענען געזעסן מיט ריפורמער, איז דען נישט אזא מקום א בית המינים?
די שאלה איז נישט צו דער בריעף פונעם טשאבער איז אטענטיש דער תוכן איז דער נושא.

איבער צו גדולים האבען זיך מטפל געוועהן איבער די טענות פון דעם ויואל משה

1) עס איז פארהאן בריעף פון ר' ראובן גראזובסקי ראש מעצגוה"ת דארה"ב, פון דעם סטייפעלער, פון הרב שך.. וכו' וכו' קיין ספר טאקע נישט, אבער די האסט געטענהט אז פון דער אגודה איז נישט געווען איין ווארט און דאס איז שקר.

2) רוב גדולים פון אגודה האלטן אז דער ויואל משה איז גערעכט אז מ'טאר נישט עטאבעלירען א מלכות ישראל פאר משיח
דהיינו א מלך מיט א סנהדרין וכו' וכו'
מדינת ישראל איז לפי דעתם לא מיניה ולא מקצתה
די גמ' זאגט שלא יהא לישראל שלטון אפילו קלה ודלה. דער איסור האט נישט גורם געוועהן אז סאטמאר רב זאל אסר'ן מאכן א אידיש'ער שלטון אין קרית יואל, איז פון דעם זעלבען זאק פונעם היתר פאר א שלטון ישראל אין קרית יואל קען מען נעמען אויף שולטון יהודי אין ארץ ישראל. בפרט ווען דער מדינה איז שוין דא.

2) זייער זייער ווייניג פון די גדולים פון אמאהל וואס האבען זיך מנגד געוועהן קעגען ציונית איז געוועהן זייער טעם "שלא יעלו בחומה" די פאר גדולים וואס דערמאנען דאס איז עס ביי זיי כמעט 'בדרך אגב' דער עיקר טעם איז געוועהן אז זיי זענען 'חילונים' וואס ווילען איבער נעמען דער מנהיגות פון כלל ישראל. (ולכך נתיסדה האגודה)

דער אנדערער טעם איז געוועהן אז ציונית איז געוועהן א ענין פון 'מסירה' זיי האבען פארשפרייט צווישען די גוים אז אידען זענען נישט קיין טרייע בירגער פון רוסלאנד פוילין וכו' אין זייער היים איז באמת ארץ ישראל, אויף דעם האבען אלע גדולים געשטורעמט. צו די זעלבע גדולים וואלטן היינט אויך געהאלטן אז בחירות איז אסור אפילו פאר אגודה איז א ווייטע ווייטע שטרעקע.

נאך א טעם אז 'לאומיות' איז פסול טריף, דהיינו אז מיר תורה אידען האבען איין פאן דאס איז אונזער תורה. צו 'תורה' איז מען נישט מצרף גארניט, נישט 'עבודה' נישט 'ארץ ישראל' ווי ר' סעדי' גאון שרייבט אין אומותינו אומה אלא בתורותיה (בתירגום קאפח)אין לאומיות איז ווייטער א פסול'ע זאך אין אלע חוגי האגודה.

3)מ'דארף נישט אפווענדן א ספר צו געבען א היתר. ווען איינער טראגט א שאלה צום רב (און אמאהל איז דער שאלה פשוט אז מגייט נישט אפילו פרעגן) מיינט נישט איז אז דער רב איז מחיוב צו מחבר זיין א חיבור אויף יו"ד חלק ב' ער קען פשוט זאגן אז די אלע אסורי דאורייתא כרות וארור ושמתא כו' וכו' זענען אמת אין וואר אבער נישט אויף דעם מיינט דער פסוק אין דער מראה איז גוט.

ולכן...
בית המינים טאר מען נישט אריין גיין? יא
הכנסת יש לו דין 'בית המינים'? לא
שלוש שבועות נוהג בזמה"ז? כן
השתתפות בבחירות הוא העברה על הנ"ל? לא
להעמיד מלך ושלטון יהודי ע"י סנהדרין? לא
מדינה ישראל המודרני הוא עליה בחומה בשנת תשס"ה? לא
האם כבוד המדינה שוה נפש אחד מישראל? לא
מי שהוא ציוני הוא מין? לא
ציונית הוא פסול טריף? כן
גאווה לאומית הוא פסול טריף? כן
התגרות באומות מותר? לא
הגנת תושבי ארה"ק ע"י צה"ל מותר? כן
כל הדברים הנ"ל אפשר למצוא בכל מכתבי קודש של הרב שך הסטייפעלר, ר' ראובן, אפילו במכתבי הרבי מחב"ד,
ועוד ועוד ....
וכו' וכו' וכו'

ולזה אין צריך לא רב ולא ספר

ושלום על ישראל

איך לייג נאר צי דא א קליינע חלק צו ווייזען אז מנהיגים פון דער אגודה האבען געזאגט מער פון איין 'פיפס' וועגן מדינה אין בחירות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 23:18 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 23:19 לינק ישיר 

ברענג מיר נאר דעם גאנצן חיבור בעיות הזמן, זאג מיר וויפיל פון די חברי האגודה האבן געהאלטן מיט זיינע רעיונות

עס איז זייער לאומיות'דיג געשטימט, סאך מער ווי די אגודה אליין איך וועל באלד ברענגען קאפיס פון עטליכע פראזן

דערווייל:

בית המינים טאר מען נישט אריין גיין? יא
הכנסת יש לו דין 'בית המינים'? לא


פארוואס נישט? איז דארט דא געזעצן פון די תורה אדער מדינת ישראל? האסט געקוקט אין ויואל משה וואס ער זאגט להלכה?

שלוש שבועות נוהג בזמה"ז? כן
השתתפות בבחירות הוא העברה על הנ"ל? לא


קיינער זאגט נישט אז יא! דער משתתף בבחירות איז בלויז א חלק פון די מדינה, און זאג נאר א רגע, וועלכע בחירות האבן די גדולי הדור מתיר געווען, חברי הכנסת אדער ראש הממשלה?

להעמיד מלך ושלטון יהודי ע"י סנהדרין? לא
מדינה ישראל המודרני הוא עליה בחומה בשנת תשס"ה? לא


ערקלער ביטע! אידישע פאלק קעגן מיליאנען אראבער!

האם כבוד המדינה שוה נפש אחד מישראל? לא
מי שהוא ציוני הוא מין? לא


וואס מיינט ציוני, אז די גאולה גייט זיין בדרך הטבע, ער איז נישט קיין מין? אז די מדינה איז קיבוץ גלויות אדער אתחלתא דגאולה?

ציונית הוא פסול טריף? כן
גאווה לאומית הוא פסול טריף? כן
התגרות באומות מותר? לא
הגנת תושבי ארה"ק ע"י צה"ל מותר? כן


למה?

איך מיין אז פאר די אלע זאכן דארף מען א גוטן גוטן הסבר... און א דיקן חיבור

איך מוז דיר אבער גראטולירן אז דו ביזט באמת א עסקן לשם שמים, אבער עס פעהלט דיר (אדער מיר) עטליכע יסודות'דיגע ידיעות אין אידישקייט, איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל, אז אין די אגודה זענען דא מער לשם שמים'דיגע עסקנים ווי אין סאטמאר, אבער עס פארענטפערט נישט די גרויסע קושיות... אזא איד ווי ר' משה שערער איז באמת א שטאלץ פאר יהדות החרדית, און נאך אנדערע כיוצא בו, אבער חילוקי דעות אויף א יסוד איז אנדערש ווי חילוקי דעות אהן א יסוד

אין לייען דעם אידישן ווארט, עס איז דא דארט אסאך זאכן וואס גרעניצט זיך מיט מינות, וועסט מודה זיין יוחי טייערער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 23:22 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 23:34 לינק ישיר 

און יוחי, אגב וויל איך פרעגן סתם לידיעה בעלמא, וויפיל זאכן האט די אגודה "אויפגעטון" אין כנסת? דיאלע דברים חמורים זענען דוכט זיך געווארן אויבגעארבעט פון אינדרויסן (אויסער געלט...), נישט אזוי? אדרבה לאמיר הערן פאקטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 23:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

3



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 23:51 לינק ישיר 

כ'האב פארזעהן די ערשטע ווערטער פון יוחי:

די ווילסט נישט מעסטן צווישען בעלזער רב און סאטמאר רב אבער די האסט! אין דאס איז אלע מאהל דער סוף פון אלע טענות מיט אנשי השיטה ..
"אבער דער סאטמאר רב איז דאך גאר גרויס"

אין אויף דעם קען דאך קיינער נישט חולק זיין. אמת?
איז פאנג אהן דיין טענה מיט דעם אין ענדיג מיט דעם וזה הוא!


1. וואס מיינט אנשי השיטה?
2. איך האב שוין געענטפערט פאר איינעם אין אישית, איך האב געשריבן פון סאטמאר רב'ס גדלות ווייל עטליכע אומ'שכל'דיגע האבן גערעדט דערפון, ווען עס איז בכלל נישט נוגע צום ענין, איך האבנישט געוואלט עס זאל בלייבן דער רושם ווי סאטמאר רב איז געווען בלויז א "ווארעמער איד" און איינער וואס האט ליב געהאט צו שרייען, זיין גדלות איז גארנישט צום אוועקמאכן

די האסט נישט געענטפערט צום טענה אז די אורטודוקס'ן זענען געזעסן מיט ריפורמער, איז דען נישט אזא מקום א בית המינים?
די שאלה איז נישט צו דער בריעף פונעם טשאבער איז אטענטיש דער תוכן איז דער נושא.


זיכער נישט, אין כנסת מוז מען געבן א שבועת אמונים אז מען גייט היטן די חוקי הכנסת, נישט חוקי התורה, אין אונגארן איז דאס נישט געווען, און וואס טוט זיך מיט ערבות, וואס סאטמאר רב ברענגט אין סימן ק'? דאס איז השקפה, אגדה אדער שיטה?

א גרויסער גרויסער חיבור דארף מען אפצואווענדן סאטמאר רב'ס באהויפטונגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > האבן גדולים געקענט אפווענדן ויואל משה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.