בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אידן כאפט א טרינק! לחיים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2005 03:35 לינק ישיר 
אידן כאפט א טרינק! לחיים!

אזוי ווי עס דערנענטערט זיך דער הייליגער יום טוב פורים, וואס מען דארף מקיים זיין די שווערע מצוה פון "להשתכר ביין", איז פאסיג זיך אויסצושמועסן וואסערע וויינען צו טרינקען אום פורים.

פון מיין עקספיריענס איז דאס בעסטע צוויי פלעשער סאטערן, אין א קורצע צייט, איך גלייך עס נישט אין טעם, אבער עס ארבעט געוואלדיג, און עס רייסט נישט דעם מאגן.

געווענליך פארק איך די קאר א שעה פאר'ן זמן, נאך מנחה, איך גיי צו מיין טאטן (אדער שווער) צופיס, און דארט מאך איך דעם סיום אויף די צוויי פלעשער. איך ריר נישט אן די קאר ביזן אנדערן צופרי.

היי יאר ווייס איך נאכנישט וואס צו טאן, ווען צו טרינקען, צופרי אדער פאר הדלקת הנרות ???







דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 03:45 לינק ישיר 

אזהרה חמורה

פאר.עקשטיין.חורינער.פייערמאן.איחוד.געזעגענענן.


עס איז דא גרויסע מעגליכקייטן 99 פראצענט זיכער אז אויב ענק גייען זיך אנשיקערן היי יאר גייט מען הערן פין ענק איין ווארט אגאנצן טאג די ווארט איז

לאנדאן

א שיכור וואס מען טראכט זאגט מען


ענק קענענן ווערן ללעג ולקס בעני הברוית


ממילא פאר איר נעמט וויין אין די הענט טראכטס וואס ענק טיען
----------
א פריילען פירום


תוקן על ידי - getme - 22/03/2005 3:55:21


איי עם סארי, דעט וואז נאט נייס, איינער הייבט אן א שיין אשכול, און מ'שיסט אריין די דר...
לאזט אפ, לאזט פירן א נארמאלן דיסוקסיע, א דאנק!


תוקן על ידי - אינגערמאן - 22/03/2005 5:26:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 03:51 לינק ישיר 

ביטע נישט אריינמישן קיין פאליטיק אין קיין נייטראלע אשכולות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 03:54 לינק ישיר 

זאליוועקי
פירום מעג מען מאכן א ווערטעל

נעם עס נישט צים הארצען עס איז נאר א ווערטעל
---------

א פרייליכען פירום




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 04:11 לינק ישיר 

על פי תקנת קדמונים מוז די מצות שתיית היין זיין בפה!
און לגבי ברכה אחרונה איז דא וואס פירן זיך אזוי... און סאיז דא וואס פירן זיך אזוי...
ס'איז דא וואס פירן זיך צומאכען א ברכה אחרונה אינדערהיים נאכן ארומגיין אגאנצן טאג טרינקן ויש נוהגין אנדערש.
ויש לציין אז תושבי א''י וואס זענען מוקף חומה לאחר חטא העגל מוזן מאכן א נאך ברכה על גפנה אפילו זיי האבן געמאכט א שהחיינו צו די מגילה בייטאג פטר'ט עס נישט דעם על גפנה.

און לגבי וויין:
איז "שעטענאף בארדאקס'' מיי פעיוואריט עד דלא ידע זאפט!
זייער בא׳טעם׳ט און לייכט אויפן וושט מיטן קרב...
און גאר געשמאק צום דעת....

א פרייליכן יו''ט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 06:07 לינק ישיר 

פייערמאן, איך האלט שטארק פון זויערע וויינען ווי די "בלאָש" (בלאש שעבליס וכדומה. די לעצטיגע רויעל בלאש איז זייער געשמאק).

אבער אזוי ווי כ'זע אז דער עולם נוצט אויך אויס דעם אשכול זיך משמח צו זיין לכבוד פורים, כשיטת געטמי, וועל איך אויך זאגן א שטיקל לענגערע דרוש בעניני דיומא, אן קיין שטעכערייען, נאר פשוט אביסעלע פרייליך לכבוד פורים.

ביז היי יאר, האב איך זיך גראדע שטארק געמוטשעט מיטן "לבסומי" ווייל כ'האב געמיינט אז מען קען נישט יוצא די מצוה נאר ווען מ'שוויצט ביים שיכור'ן, אבער היי-יאר נאך דעם גרויסן חידוש אז זיעת אנשים לאו שמיה זיעה, איז דאך סייווי נישט קיין חוב מער צו שוויצן ווייל מ'פארדינט נישט דערפון. וראי' לדבר טרעפט מען אויך אזוי אין די מגילה אז מרדכי הצדיק לא קם ולא "זע", מרדכי הצדיק האט געטרינקען לכבוד פורים אז ער האט זיך אפילו נישט געקענט אויפהייבן אבער ער האט אויך נישט געשוויצט. ווייל ער האט געוואוסט אז מ'קען עס סייווי נישט מצרף זיין צום שכרות די זיעה ווייל זיעת אנשים לאו שמיה זיעה.

נאך א חידוש. וואס ביז היי יאר האב איך געטרינקען נאר וויין וואס כ'האב ליב געהאט. אבער אצינד אז כ'ווייס אז ביים נס פורים האט מען גע'פסק'נט מצוות לאו ליהנות ניתנו, פעלט דאך שוין נישט אויס מ'זאל ליב האבן די וויין. און מען קען נעמען כל הבא ליד. והשתיה כדת אין אונס.

למעשה איז אבער יא דא א שטיקל פראבלעם וואס ווערט שווער. אז וויבאלד די מצוה פון חייב אדם לבסומי איז אז מען דארף טרינקען "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי", וואלט מען לכאורה יא געדארפט שוויצן און אויך שפירן א טעם אין די וויין, יוצא צו זיין שיטת המן וואס האט געהאלטן אז זיעת אנשים שמי' זיעה און ער האט דאך אויך בפירוש געהאלטן אז מצוות ליהנות ניתנו וואס פאר דעם האט ער געוואלט ארייננארן די אידן אין די סעודה מען זאל נכשל ווערן אינעם "שנהנו מסעודתו של אותו רשע" ווייל מצוות ליהנות ניתנו. נו, ווי קען מען יוצא זיין אויך שיטת המן?

נאר מ'קען ענטפערן בדרך פלפול אז וויבאלד סוף כל סוף זענען דא עטליכע פשטים אינעם "לבסומי", א טייל (ר"ן ומאירי) זאגן אז עס מיינט אז מען טאר זיך נישט אנטרינקען ווייל מען זעט וואס ס'איז ארויסגעקומען קם רבה ושחטי' לרבי זירא. דער רמב"ם און דער רמ"א פסק'נט אז מען זאל טרינקען מער ווי געווענליך און דורכדעם וועט מען איינשלאפן וועט מען מקיים זיין דעם "בסומי". - רש"י איז אבער יא דער וואס איז מפרש "לאשתכר ביין". אז די מצוה פון "בסומי" איז דורך שכרות ביין.

און וויבאלד עס איז שוין נתברר געווארן אז די רש"י אין פרשת פקודי, פון וואו מ'זעט אז מצוות לאו ליהנות ניתנו קען נישט שטימען מיט די רש"י פון פרשת קבלת התורה. קומט דאך אויס אז פורים דער זמן פון קימו מה שקבלו כבר האלט מען נישט ווי שיטת רש"י, ממילא איז מען פטור פון טרינקען וויין עד כדי שכרות.

איז לעולם קען איך טאקע האלטן ווי המן אז מצוות ליהנות ניתנו, נאר וויבאלד מען האלט סייווי נישט ווי שיטת רש"י, איז די מצוה פון בסומי ממילא נישט דורך שכרות, און לפי שיטת המן האלט מען דאך זיעת אנשים שמי' זיעה, קען מען יוצא זיין דעם מצוה פון בסומי ווען מ'שוויצט ביים שלאפן.

אבער באמת איז עס מיסודו אפגעפרעגט, ווייל אויב ביי מחצית השקל מוז איך יא אננעמען שיטת רש"י אין פקודי, מאי חזית וועלכע רש"י מבטל צו זיין? אפשר איז פארקערט, וויבאלד פורים איז דער זמן פון מחצית השקל ביי וועלכן איך מוז סייווי אננעמען שיטת רש"י, זאל מען אין גאנץ מסכת מגילה מוזן אננעמען שיטת רש"י? מוז מען דאך שוין יא זיך מבסם זיין ביין און ווי קען מען יוצא זיין סיי ארור המן און סיי ברוך מרדכי?

נאר, קען טאקע זיין א שטיקל אנדערע מהלך. אז אין הכי נמי אז לפי שיטת רש"י ביי מחצית השקל, מוז איך האלטן ווי מרדכי הצדיק אז "מצוות לאו ליהנות ניתנו", און דאס קומט טאקע אויס נאר לויט שיטת מרדכי פון "לא קם ולא זע", אז זיעת אנשים לאו שמיה זיעה; איז אבער לויט המן אז זיעת אנשים שמיה זיעה, שוין אינגאנצן נישט שייך דער טעם פון מחצית השקל, קען דאך שוין די רש"י פון קבלת התורה יא שטימען, און אויב די רש"י פון קבלת התורה שטימט, איז הכל שריר וקיים אין גאנץ מסכת מגילה כשיטת רש"י.

איז מען לפי הנ"ל יוצא דעם חיוב פון "לבסומי" סיי דורך ארור המן און סיי דורך ברוך מרדכי.

דאס איז אבער עכ"פ זיכער. אז כאטש מען איז יוצא אפילו מיט א וויין וואס מ'האט נישט אזוי ליב ווייל מצוות לאו ליהנות ניתנו און אפילו ווייניג ווייל מ'קען מצרף זיין די זיעה. איז אבער כדי יוצא צו זיין אלע שיטות טאקע בעסער צו טרינקען א וויין וואס מ'האט ליב, כשיטת המן אז "מצוות ליהנות ניתנו" און אויך גענוג אסאך וויין מ'זאל נישט דארפן מצרף זיין די זיעה, כשיטת מרדכי אז "זיעת אנשים לאו שמיה זיעה".

א פרייליכן פורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 07:35 לינק ישיר 

באמת האב איך געעפנט דעם אשכול מיט'ן חשבון אז מען וועט קענען מבדיל זיין, בין אשכול לאשכול, און דעם "אשכול ענבים" וועט מען נישט אויסמישן מיט'ן "אשכול הכופר".
למעשה זענען דאך דא מענטשן וואס קענען נישט מבדיל זיין "אם אין דעת הבדלה מנין", האט מען דא אנגעפאטשקעט מיט לאנדאן:

דערפאר וויל איך זאגן ברבים:

הרימותי ידי לקל עליון אז די אלע וואס האבן מיך געטשעפעט על לא דבר זענען מיך מחויב צו קומען איבערבעטן...

און אלס תשובת המשקל, די אלע וואס האבן געטשעפעט און הנאה געהאט פונעם טשעפען, מוזן אויסהערן דעם פאלגענדן קליפ:

http://rapidshare.de/files/943328/Yiden_Chapt_A_Trink.mp3.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 08:22 לינק ישיר 

קרןהתורה

געוואלדאוונע

באמת מרדכי לא קם ולכן המצוה דוקא בישיבה' ולא כרבה שרצה להחמיר על עצמו וקם 'דומיא דר' טרפון דקרא והטה לכן אירע שחטו לר' זירא.

כמדומה שראיתי בספר כרסי ופלייצי והמגן גדול באמצע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 14:44 לינק ישיר 

אלטץ א טאטע פון קינדער ווייס איך נישט צו מען וועט קענען אוניאגען דעם לבסומי נאך פארן זמן אין אזא קורצע פרייטיג.

שושן פורים איז אויך נישט דא דאס יאר, וואס פאר א עצה האבען די הוכגעשפריצטע חכמי הפורום פאר אונז?

סאטרען איז גראדע א געשמאקער וויין, אין טרינק דאס יעדער שבת, עס וואלט מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז דאס איז גוט אויף לבסומי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 15:02 לינק ישיר 

I Think Kedem is still the best



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 15:58 לינק ישיר 

א גוטע עצה וואלט געווען זיך אריבערצוכאפן קיין סטיטשין אין בארא פארק שושן פורים (היי יאר מסתמא זונטיג)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 17:13 לינק ישיר 

וואס גייט פאר אין סטיטשין?
געב איבער אביסל פונעם סדר היום, און וואס דו ווייסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 20:01 לינק ישיר 

כ'מיין אז פון זיסע וויינען קען מען גרינגער ברעכן. עס האט איין מעלה אז נאכדעם ווערט מען רואיגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2006 23:23 לינק ישיר 

גם אני מצטרף
.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אידן כאפט א טרינק! לחיים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext