בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

יטב לב מסיבה: מער ווי דריטל מיליאן דאלאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2005 17:41 לינק ישיר 
יטב לב מסיבה: מער ווי דריטל מיליאן דאלאר

דעם מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א הערליכע מסיבה של מצוה, פאר גערופענע נדיבי עם, לטובת די הייליגע מוסדות יטב לב באה"ק אין זאל פון עטרת אברהם, פאררופן דורך עטליכע פון די עסקנים למען מוסדות יטב לב דסאטמאר באה"ק.

עס איז געווען א הערליכע רייכע מסיבה, און עס איז געווען בהשתתפות כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א, וואס איז געזעצען דארט און אויפגעפאדערט דער עולם זיך אנצורופן מיט ריזיגע סכומים.

דער עולם איז געווען גאר ווארעם פאר די הייליגע מצוה, און זיך אנגערופען מיט סכומים אדירים, און עס איז אריינגעקומען דעם ריזיגען סכום אדיר פון 350 טויזנט דאלאר, מער ווי א דריטל מיליאן דאללער.

די מסיבה של מצוה איז גערופען דעווארן נאכדעם וואס עטליכע גנבים בראש מיטן בעל פלניא גזלנא האבן ביי א בונקער אסיפה אפיציעל געמאלדן אז זיי זאגן אפ די געטרייע הנהלה פון מוסדות יטב לב וועלכע שיקן מיט מסירת נפש זעקס יאר תמיכה פאר די מוסדות הק' אין בני ברק, טראצדעם וואס אויפ'ן באפעל פון זייער אויבערהאר ר' חורינער, האט געלויטעט די פארגאנגענע פאר יאר דער סלאגאן אז מען טאר נישט געבן קיין געלט פאר מוסדות יטב לב, און מען זאל ענדערש לאזן הונגערן די מלמדים מיט זייערע קינדער ווייל עס דינט פאר די רשעות'דיגע געמיינע פאליטיק, און ענדערש זאל מוזן אונטערברעכן די ווירטשאפט הנהלה וואס זענען נאך נתמנה געווארן דורך מרן רביה"ק זי"ע און ווערט ווייטער געפירט דורך מרן רבינו שליט"א.

די היסטארישע ליצנות פונעם וועלטס לוזער אז ער זאגט אפ די הנהלת המוסדות יטב לב, האט געברענגט די אויסטערלישע ווארעמע געפיל ביי סאטמארער חסידים איבער די גאנצע וועלט וועלכע זענען אסאך מער פאראייניגט צו שטיצן די הייליגע מוסדות יטב לב, און די קאלאסאלע הצלחה פון איין נאכט צו שאפן מער ווי א דריטל מיליאן דאלאר פאר די מוסדות, גענומען פון אחים לדעה, האט געבראכן א זעלטענעם רעקארד.

שטיצט די הייליגע תורה פעסטונג!

אלקא דמאיר ענינו!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 07:41 לינק ישיר 

יטב לב באה"ק י-ם מעלדט
אז אזוי ווי דע הצלחה ביים פארטי און ביי דע מסיבה
אין עטרת אברהם איז געווען זייער גרויס איז ממילא שוין
דא יעצט גענוג געלט וועט דע דינער פארקומען ערשט נאך קאנטרי
נ,ב. בשורה טובה דע מלמדים זענען שוין אויסגעצאלט ביז חדש אייר מיט כפל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 03:51 לינק ישיר 

פאראיאר האט מען דאך געמאכט דעם זעלבען סכום ? וואס איז די נייעס ? יעדן טאג מאכן מענשטן געלט ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2005 00:28 לינק ישיר 

ענטפער מיר וואס איך האב דיר געפרעגט.

צו מאכן 350,000 דארף זיין א אויסטערלישע ווארימקייט, אדער איז גענוג דערפאר א פשוט'ער שמיני עצרת ???

און אזוי ווי בע"כ איז איינס פון זיי פאלש, בין איך ווייטער "גענויגט" צו זאגן אז דו ביזט ווי אלעמאל גערעכט...

תוקן על ידי - זאליweaky - 23/03/2005 0:33:01



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 23:31 לינק ישיר 

קענסט זיין גענויגט וויאזוי עס שמעקט דיר. מוזט גארנישט "גלייבן", אבער דו ווייסט דאך פארט אלס א פאקט אז מוסדות יטב לב האט אויך קיין בני ברק געשיקט געלט ביז דאס יאר, כאטש אהרי האט גארנישט געטאן דערצו און נישט געוואלט לייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער.

די געלטער וויפיל מ'דארף שיקן קיין בני ברק ווייסטו שוין היינט בעסער ווי מיר. ניין?

דער מסיבה אין עטרת אברהם איז געווען אסאך שענער און הערליכער ווי דו ליינסט דא און פיל פיל הצלחה'דיגער ווי ערווארטעט. און א מתן שכר בצד, אויב רעכנט מען צו די הבטחות וואס מ'דארף נאך משלים זיין איבערן יאר, איז דער סכום אסאך גרעסער.

אבער דו "גלייב" ווייטער אז מ'האט גארנישט געמאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2005 21:40 לינק ישיר 

צו מעג איך ארויסנעמען פון די ווערטער אז אלעמאל ווען עס הערשט א אויסטערלישע ווארעמע געפיל ביי די זאלי'ס, איז עס א רעזולטאט פון היסטארישע ליצנות ???

און נאך א זאך.
איך געדענק אז מיט עטליכע יאר צוריק, אין שמיני עצרת (ס"א ?), האבן די זאלי'ס פארקויפט אז עס איז געווען א מסיבה ביים רבי'ן אין שטוב, וואו זלמן האט אריינגעברענגט $400,000 פון נגידים פאר מוסדות יטב לב.

וואס האט דאן פאסירט ???
איז יענע געלט שוין געווען ע"ש העתיד פון די ליצנות וואס מען גייט מאכן ???

[איך בין גענויגט אנצונעמען, אז די יעצטיגע 350,000 איז די זעלבע אריינגעקומען ווי יענע 400,000. ווער עס וויל קען מחולק זיין...]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2005 20:42 לינק ישיר 

עס איז געווען א הערליכע עלעגאנטע מסיבה וואס איז אין איין נאכט אריין געקומען אזא ריזיגען סכום וואס האט ערשטוינט די עסקנים






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > יטב לב מסיבה: מער ווי דריטל מיליאן דאלאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext