וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ד'
הגה"ק מבאבוב זי"ע איז געווען א אפגעהיטענער איד במלוא מובן המלה, מקיים געווען דעם ונקלותי עוד מזאת אבי צו ראטעווען א איד, פון תפיסה, פון אנטלויפן וכו', און אלעס אהן א טראפ פרסום, איז עס מקויים געווארן דעם רצון יראיו יעשה, ער איז נסתלק געווארן לשמי מרום אין א צייט וואס די אידישע צייטונגען זענען שוין געווען געדרוקט, כדי למנוע את הפרסום, כפי רצונו הטהור כל ימי חייו
די וועלט האט געהאט א זכיה צו האבן דעם איד אויף זיך, אבער ליידער נישט זוכה געווען ער זאל זיין געזונט און שטארק און אידישע קינדער פן דער גאנצער וועלט זאלן קענען נהנה זיין ממאור פניו, מקדושתו ומצדקתו, וואס מ'קען גאנץ זיכער זאגן אויף דעם איש קדוש:
לא הניח כמותו לא בארץ ישראל ולא בחוצה לארץ
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, זיינע יסודים קשים ומרים זאלן האבן געווען א קרבן ציבור פאר כלל ישראל, און דער רבוש"ע זאל שוין מקרב זיין קץ משיחנו במהרה
|
|