זענען רבנים ואדמורים בגדר תלמידי חכמים?
אין ערוך השלחן סימן ב סעיף ד, ברענגט ער נאך א רמב"ם הלכות דעות פרק ה הלכה ז. וז"ל שם:
עוד כתב שם בדין ז'. ת"ח לא יהא צועק וצווח בשעת דיבורו ולא יגביה קולו ביותר אלא דיבורו בנחת עם כל הבריות. וכשידבר בנחת יראה שלא יתרחק עד שיראה כדברי גסי הרוח. ומקדים שלום לכל אדם, ודן את כל אדם לכף זכות, מספר בשבח חבירו ולא בגנותו, כלל אוהב שלום ורודף שלום. ואם ראה שדבריו מועילים ונשמעים אומר, ואם לאו שותק וכו'. ואינו מדבר אלא בדברי חכמה וגמ"ח וכיוצא בהן, ולא יספר עם אשה בשוק ואפילו היא אשתו או אחותו או בתו עכ"ל. וכ"ש שלא יהא רגיל בשבועות ונדרים ולא ירבה סעודתו בכל מקום ויתרחק ממושב לצים ומבני אדם שאינם הגונים:
עד כאן לשון הערוך השלחן.
יעצט לאמיר צונעמען די הלכה, און זעהן וויפיל פון די אויבנדערמאנטע נקודות, ווערן מקויים דורך די היינטיגע רבנים ואדמורים.
א. ת"ח לא יהא צועק וצווח בשעת דיבורו ולא יגביה קולו ביותר אלא דיבורו בנחת עם כל הבריות.
וועם ליגט נישט אין די ביינער, די ווארעמע שלש סעודות תורות, אדער די שטארקע דרשות חוצבים להבות אש, ווי דער דבר השם ווערט אויסגעשריגן. הייסט דען דאס רעדן בנחת? גייט דאס אריין אין דעם גדר פון 'לא יגביה קולו ביותר'?
ב. וכשידבר בנחת יראה שלא יתרחק עד שיראה כדברי גסי הרוח.
ווער פון אייך האט שוין געכאפט אמאל א שמועס מיט א דורכשניטליכן רב אדער רבי? עס קוקט אויס בערך אזוי: דער רב לייגט זיך צאם ביידע הענט איינע אויף די אנדערע, ווען דעם גראבן פינגער פארשטעקט ער אונטער דעם פאלם פון די אנדערע הענט. דעם קאפ פארבויגן צו די זייט, א שטייגער ווי ער האט א סטיפ-נעק. די אויגן האלב פארמאכט און פארגלאצט. און מורמלט קוים ארויס די ווערטער אונטער די נאז, וואס ער האלט אין איין ציען. די ווערטער קומען ארויס אזוי שטיל פון מויל, אז דו דארפסט זיך זייער צובייגן צו קענען הערן, [וואס איז אגב א וועג וויאזוי משפיל צו זיין דעם מענטש]. אבער דו שעמסט זיך איבער צו פרעגן, ממילא פארשטייסטו נאר האלב פון זיינע ווערטער. איז נישט דאס א ריכטיגער סימבאל פון א גס רוח, וואס איז משפיל מענטשן אונטער זיך? נאר ווארשיינליך איז ער נישט אנגעקומען צו דעם רמב"ם. און אפילו אז יא, וועט ער זאגן אז ס'איז העכערע זאכן, עס מיינט נישט איהם.
ג. ומקדים שלום לכל אדם, ודן את כל אדם לכף זכות, מספר בשבח חבירו ולא בגנותו, כלל אוהב שלום ורודף שלום.
וויפיל רבנים ואדמורים קענט איר וואס זענען מקיים דאס אויבנדערמאנטע, חוץ ביי זייערע אייגענע חסידים. דן זיין לכף זכות, רעדן בשבח פון א מענטש, לעבן און מרבה זיין באחדות, איז נאר ביי די היימישע. פון יענעם דארף מען זיך היטן, מ'זאל ח"ו נישט אריין ברענגען קיין פרעמדע השפעות. אויב ווערט אבער א חסיד א מתנגד פונ'ם רבי'ן. דאן פארגעסט מען אלע אלטע גוטע זאכן פון איהם. און מ'קראצט אפיר חטאים וואס מ'האט שוין לאנג באמערקט אז עפעס טויג נישט מיט איהם.
ווער זענען די גרעסטע מרבי מחלוקת בישראל אויב נישט זיי. וואס דארפן לכאורה זיין די מרבים שלום בעולם, די אוהבי שלום ורודפי שלום?
[לעצטנס איז שוין יא דא א שטיקל שיחה משותפת צווישן די חסידות'ער. אזוי ווי זיי גייען צוגרונד מיט אלע זייערע מחלוקת'ן, און מענטשן ווערן אויפגעקלערט. פרובירן זיי צו האלטן מענטשן אויף דעם אופן. (און וועגן דעם איז עס טאקע נאר צווישן חסידים, און נישט כלפי אנדערע חוגים) ואכ"מ].
ד. ואם ראה שדבריו מועילים ונשמעים אומר, ואם לאו שותק וכו'.
איז טאקע דאס דער באשליסונג-פונקט וואס א רב טראכט איבער פאר ער זאגט עפעס? אדער ווענדט זיך אלעס אין פריוואטע חשבונות. און טאמער האט עס צוטוהן מיט א חסיד וואס העלפט ארויס דעם רבינ'ס שטוב, דאן האלט זיך דער רבי איין צו זאגן וואס איז ריכטיג.
ה. ואינו מדבר אלא בדברי חכמה וגמ"ח וכיוצא בהן,
ללא מילים.
ו. ולא יספר עם אשה בשוק ואפילו היא אשתו או אחותו או בתו עכ"ל.
אהההה, די הלכה האבן די רבנים זייער ליב, און זענען נאך מחמיר אפילו נישט צו גיין אויף די גאס צוזאמען מיט'ן ווייב אדער טעכטער. פארוואס?
ווייל דא קענען זיי אויסגעבן זייער רשעות צו די ווייבער!
האט עטס שוין אמאל געזעהן א בנשק'ל גיין אויף די גאס מיט זיין ווייב. ער וואקט שנעל, מיט זיין קאפ באגראבן אין דער ערד. זיין גארטל וואס דרוקט צאם זיין שמוציגן רעקל, שלעפט זיך נאך אויף דער ערד, אונטער זיין רבי'שן מאנטל (אן די טאשן). זיין גרויסע און ברייטע ארבל פון זיין העמד שטעקט זיך ארויס, ס'זאל זיין גרייט צו ווישן די נאז אין א נויט.
זיין ווייבל - א האלבע גאס אוועק - לויפט מיט שנעלע קליינע טריט אונטער איהם, און פרובירט איהם נאכצויאגן. אבער ווי נאר ער באמערקט אז זי דערנענטערט זיך, הייבט ער אן שנעלער צו לויפן, זי זאל ח"ו נישט אריין קומען אין זיינע ה' אמות. און אזוי לויפן זיי אין גאס איינער נאכ'ן אנדערן. אזש מ'קען מיינען אז זיי שפילן קעטש. זי וויל שמועסן מיט איהם, און ווארפט פראגן אין זיין ריכטונג, אבער באקומט צוריק נאר קורצע האלב אויסגעקוועטשטע תשובות.
ווארט נאר ביז זי קומט אהיים, וואס זי באקומט נאך פון איהם א גוטן פסק, היתכן זי גייט מיט איהם אזוי אומ'צניעות'דיג אויף די גאס. - ער פארשטייט נישט אז די אויפפאלנדקייט, איז נאר צוליב זיינע משוגעת'ן. אבער איר ווייסט דאך, אז ביי די מענטשן איז דער מאן אלעמאל גערעכט. און די פרוי איז סתם א שקלאפטע וואס איז מחוייב צו ארבעטן פאר איהם יומם ולילה. און ווארטן ביז שפעט ביינאכט ער זאל שוין אהיים קומען פון זיינע פארברענגען ביים רבי'ן און אין בית המדרש. עס איז דאך א בפירוש'ער פסוק 'אעשה לו עזר כנגדו'....
ז. וכ"ש שלא יהא רגיל בשבועות ונדרים.
גייט אריין אין דעם גדר, ווען דער רבי זאגט צו א ישועה, אדער נישט?
ח. ולא ירבה סעודתו בכל מקום.
דער רמב"ם האט ווארשיינליך נישט תופס געווען דעם סוד פון די מסיבות קבלת פנימ'ס, און די ווארעמע לאנגע טישן, וואס די רבי'ס פירן אין יעדן מקום ווי זיי פארן.
ט. ויתרחק ממושב לצים ומבני אדם שאינם הגונים.
די הלכה איז לכאורה נישט שייך, אויב דער אדם שאינו הגון, איז דעם רבי'נס א חסיד.
נו צוריק צו די אויבנדערמאנטע שאלה: דאס אלעס איז געזאגט געווארן פאר תלמידי חכמים. עס קען גאר זיין אז די רבנים ואדמורים גייען נישט אריין בגדר תלמיד חכם. ממילא איז מיין גאנצער ארטיקל גארנישט ווערט.
ווער ווייסט?
 |
|
|