הבה"ח הערצקא לאווי דער זון פון הרה"צ רבי מרדכי זצוק"ל, בנו בכורו פון יבלחט"א טאהשער רבין שליט"א איז א חתן געווארען מיט דע טאכטער פון הרה"צ ר' יודא יחיאל לייפער פערמישלאנער רבי פון אנטווערפען
די מחותנים זענען;
דער קרעטשניפער רבי פון א"י וואס איז אן איידעם ביי הרה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זי"ע (זיין שוואגער, ר' מרדכי איז אויך אן איידעם ביי ר' יחזקאל'ע זי"ע)
און זיין שוואגער הרה"צ ר' יוסף ירחמיאל כהנא חדב"נ פון טאהשער רבי'ן שליט"א און זוהן פון ספינקער רבי'ן ר' משה אליקים בריעה כהנא שליט"א פון בני ברק
אין דעם בילד וואס היימיש האט ארויפגעלייגט, זיצט דער צווייטער מחותן-כהנא נעבן ר' מרדכי
תוקן על ידי - אינגערמאן - 30/03/2005 22:46:28
נשלח ב-30/3/2005 22:09
מזל טוב, טאקע א גרויסע שמחה
אפשר קען מיר איינער זאגן, מיט וועם נאך איז ר' מרדכי ז"ל א מחותן, און וויפיל קינדער האט ער שוין חתונה גמאכט
א היסטאריש בילד פון טאהש
מען זעהט כ"ק אדמו"ר טאהשער רבי שליט"א יונגער מיט א שיינע פאר יאהר
מ'זעהט צווישן אנדערע
להבחל"ח בנו בכורו הרה"צ ר' מרדכי זצ"ל
זיין גבאי - להבחל"ח - דעם לב טוב ר' אלימלך קליין ז"ל
דעם טאשער רב הרה"צ ר' אלימלך, נאך גאנת א יונגערמאנטשיק מיט א קינד אין שויס
דער בילד איז שוין געווען אמאל אין חדשות ניו יארק
נשלח ב-30/3/2005 22:02
נעכטען נאכט איז פאהרגעקומען די שמחת התנאים ביים טאהשער רעבין אין שטיב צו די שמחה איז געקומען צו פאהרען דער ספינקא רבי פון ווילאמסבורג א שוואגער פון ר' מרדכי לאווי ז"ל א פעטער פון דעם חתן
דער אויבען אן איז געווען באשיינט דער טאהשער רבי דער ספינקא רבי דער רב ווי אויך די דיינים פון קרית טאהש ווי אויך עטליכע רבנים פון מאנטריאל
אוי אשאד דאס מיר קענען נישט זעהן הרה"ח ר' מרדכי יבלח"א דער זון פון טאהשער רבין זיצען אויבען אן און זיך מיט פרייען מיט די שמחה
תמונת הדרת פניו של הרה"צ ר' מרדכי טאהשער זצ"ל
בנו בכורו של להבחל"ח כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א
לרגל השמחה הגדולה באירוסי בנו הבה"ח פרי צדיק עץ חיים הרב נפתלי הירצקא'לע שליט"א
עב"ג בת הרה"צ אדמו"ר מפרימישלאן אנטווערפען שליט"א
בית צדיקים יעמוד
נשלח ב-30/3/2005 21:21
מזל טוב מזל טוב
אז מען רעדט שוין יא פון ר' מרדכי ז"ל
איך מיז זאגען ווי לאנג ער האט גלעבט פלעג איך פארן מיט אויף טאהש קודש איינמאל אין 2 חדשים, פון דעמאלטס האט זיך אלעס געטוישט, איך פאהר קוים איין מאל א יאהר.
יהי זכרו ברוך
נשלח ב-30/3/2005 21:04
מזל טוב! צו א שיינע שמחת בית צדיקים
אוי ר' מרדכי, ר' מרדכי, ווער ס'איז נאר אמאל געווען אין טאהש געדענקט זיין ווארעמע שלום עליכם מיט זיין זיסע שמייכעל פאר יעדן גאסט יהי' מי שיהי', ארעם און רייך, יונג און אלט, כ'על קיינמאל נישט פארגעסן די גוטע הרגשה, ער האט מיר געמאכט פילן כאילו ער האט ממש געווארט נאר אז "איך" זאלט קומען צו פארן.
זיין פטירה אזוי יונגערהייט איז געווען אן אומגלויבליכער שאק.