שינאוו'ער רבי מוחה אויף רבי'ס/צייטונגן
ביי שלש סעודות די לעצטע וואך פ' שמיני האט דער שינאווער רבי פון מאנסי געזאגט צוויי אינטערעסאנטע סטעטמענטס!
איינס, [איך שרייב ממש נאך זיין לשון]: "איך האב מיך אומגעקוקט איבער אלע רבנים פון איבעראל איבער די גאנצע וועלט, און איך האב געזעהן, אז יעדער איינער, טאקע יעדער איינער מיינט עפעס, זאל דאס זיין ברענטשעס, טישן, חסידים, נישטא איינער וואס זאל מיינען ריין לכבוד שמים, אפשר חוץ ר' מאטעלע דא אין מאנסי, ער איז א אדם הישר אן אמת'ע הייליגע איד!!!
(דער עולם האט זיס געשמייכלט!!!)
צווייטנס, די צייטונגן, טאקע די אידישע, זענען אנגעפילט מיט טומאה און פארדארבענקייט, טאקע אלע דריי אידישע וואס זענען דא אויף די גאס! איך האב געטראכט א רמז – האט דער שינאוו'ער רבי ווייטער געזאגט – אויף די דריי מיאוס'ע צייטונגן "אבן מאסו הבונים" אבן איז די ר"ת: א'יד ב'לאט ן'ויס ריפארט...
דאס איבריגע איז יא געווען ערנסט!!
|
|