בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברוך דיין האמת הרה"צ רבי ישכר בער לייפער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/3/2005 15:07 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת הרה"צ רבי ישכר בער לייפער

הרה"צ רבי ישכר בער לייפער זצ"ל נאדבורנא באניער רבי
זקן ושבע ימים
א ריזיגע לוי געווען



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2005 17:43 לינק ישיר 

הונדערטער ביי לוויה פונעם רבין ר' בער זצ"ל


דאנערשטיג מיטאג האבן אנ"ש אין ישראל אויפגענומען די טרויעריגע בשורה פונעם פטירת כ"ק אדמו"ר מנדבורנא – באניא הגה"צ ר' ישכר בער לייפער זצ"ל רב דביהמ"ד זכרון דוד נדבורנא בארא פארק די פלייט מיטן נפטר איז אנגעקומען ארום 4 אזייגער (ישראל זייגער) און די לוויה איז פאררופן געווארן אויף 6:30 פארנאכטס, ארום זעקסע צייט האט שוין אנגעהויבן שטראמען א עולם צום טשאפל פון שמגר וואס איז אין ירושלים עיה"ק.

6:25 איז אנגעקומען די נפטר מיט די ווען פון שומרי הדת טשאפל וואס באשעפטיגט זיך ספעציעל מיט נפטרים פון אויסלאנד, מען האט אריינגעפירט דעם קאסטן אינעם אינווייניגסטן חלק פון טשאפל, מען האט ארויס גענומען דעם רבין זצ"ל פונעם אייזערנעם קאסטן וואס קומט פון עראפלאן.

מען האט ארויפגעלייגט דעם רבי'ן זצ"ל אויף א ווייכע בעט (אזא מין מיליטערישן בעטל) וואס ווי אזוי עס איינגעפירט אין ישראל, אביסל שפעטער האט מען געפירט דעם רבי'ן זצ"ל אינעם צימער ווי מ'איז מספיד.

הרבנים הגאונים שליט"א האבן מספיד געווען דעם רבי'ן זצ"ל (כ'קען נישט זייערע נעמען) סיגעווען ממש בכיות און יללות דארט ביים לוויה. כ"ק אדמו"ר הרב מרדכי שליט"א זון און מ"מ פונעם טאטען איז מיט געקומען פון אמעריקא צום לוויה, און האט אויך מספיד געווען דעם פאטער זצ"ל.

אין אמעריקא האט מען געקענט הערן די לוויה דורך מיין סעלפאן, דעם רבי'ןס זצ"ל משפחה האבן צוגעהערט צו די הספדים דורך מיין סעלפאן. עס זענען געווען ביים לוויה מענטשן פון אלע מיני קרייזן, און בעיקר האבן זיך אנגעזעהן דארט מענטשן מיט בעקיטשעס, און אזוי אויך ירושלימער תולדות אברהם יצחק חסידים, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס וויילט יעצט אין אנטווערפן האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביים לוויה באט ער האט געהייסן אז ווער עס קען זאל גיין צום לוויה, און עס איז טאקע געקומען היבש אפאר ווען'ס מיט תוא"י חסידים.

רבנים וואס זענען געווען ביים לוויה.
כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשנעף ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'קליוולאנד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'טעמאשוואר ירושלים שליט"א, הרבנים הגאונים לבית נדבורנא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'דזשיקוו שליט"א, און נאך אסאך רבנים האבן טייל גענומען וואס כ'ווייס נישט ווער זיי זענען.

דעם רבי'ן זצ"ל האט מען באערדיגט אינעם בית המנוחה הר המנוחות אינעם חלקת הרבנים ירושלים עיה"ק.

מפי השמועה זאגט מען אז די רבי זצ"ל איז אלט געווען דריי אין ניינציג יאר, פלאס מיינעס.

לאמיר האפן אז דער רבי זצ"ל דארט אינעם לעכטיגען גן עדן וועט זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע עד ביאת גואל צדק בב"א.

מען זאל הערן נאר גוטע בשורות:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2005 18:00 לינק ישיר 

ווער איז למעשה נפטר געווארען?
דער רויטער רבי?
איך האב געהאט געמיינט אז מען רעדט וועגען דער רבי פין ביהמ"ד אויף דריי און פיפציג צווישען פערצען און פיפצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 23:25 לינק ישיר 

למעשה ווער איז ממלא מקום ???, שלאגט מען זיך שוין דארט???, איך הער אז דער דריטער זוהן וויל ווערן ממלא מקום און דער איידעם שרייט אז ער ווייסט קלאר אז דער רצון פונעם שווער איז געווען אז ער זאל ממלא מקום זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 23:16 לינק ישיר 

SORRY
זעהט אויס אז אלע נאדווארנער אייניקלעך זענען ענדליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 21:22 לינק ישיר 

צבי, דו ביזט זיך טועה, דער בילד איז פון דער באניע-נדבורנא רבי פון וועם איך רעד, ער איז פון 53 צווישן 12 און 11, נעבן איהם שטייט זיין זוהן הרה"צ ר' מרדכי לייפער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2005 21:20 לינק ישיר 

דער בילד פון ALLNEWSPIC איז די נאדווארנער רבי פון 53 צווישען 14&15 (מלפנים מקווינס)
איך דערמאן זיך יעצט די ביהמ"ד
שכוח אינגערמאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 21:15 לינק ישיר 

צבי, ער איז געווען אן אייניקל פון רבי ר' בערצי פון סאקמיר.

ער האט געוואינט לאנגע יארן אין בארא פארק, אויף 53 נעבן 12 עוועניו, קעגן איבער פאפא בארא פארק (קהלות יוסף). אויפ'ן קליינטשיקן סיין פון זיין ביהמ"ד שטייט ביהמ"ד זכרון דוד באניע.

ער איז געווען אן אלטער איד שוין פאר 25 יאהר צוריק.

מען פלעגט איהם רופן דער "רויטע" רבי, ווייל ער איז אמאל געווען רויט, אבער איך געדענק איהם שוין נאר ווייס, דאס פנים איז איהם יא געווען רויט, בפרט ביים דאווענען בכל כוחו, אדער ביים מוחה זיין אויף שמועסן ביי דאווענען וואס ער פלעגט מאכן מיט קולות און נישט נושא פנים געווען קיינעם.


תוקן על ידי - אינגערמאן - 31/03/2005 21:20:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2005 21:08 לינק ישיר 

ברוך דיין אמת!

ער איז געווען א עובד ה' במסירות נפש, זיינע תפלות אויפ'ן פייערדיגן נדבורנא נוסח קלינגן אין די אויערן, ער האט אסאך מיטגעמאכט אין לעבן.

אין בעט איהם מחילה פאר'ן לאכן אמאל צוליב קינדערישקייט, אבער כ'האב דאך אלץ געוויסט צו שעצן זיין עבודת ה'.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2005 20:54 לינק ישיר 

אוי וויי, דאס איז דאך דער אלטער רבי ר' בער, וואס מען פלעגט רופן דער רויטער רבי ר' בער, כאטש ער איז שוין דאמאלטס געווען שניי ווייס, ער האט געמיזט זיין א זקן מופלג, ער איז געווען א עובד ה', איך געדענק אמאל האב איך עם געהערט זאגן די שלש עשרה מידות פיזמון ביי סליחות, מיט אזעלעכע בכיות נוראות אז ס'האט יעדן אויפגעשאקעלט, יהי זכרו ברוך ת.נ.צ.ב.ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 20:13 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איז דאס דער נדבורנא רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2005 15:48 לינק ישיר 

בן מי הי'?
כמה שנים הי' גר בבארא פארק?
יש תמונה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 15:33 לינק ישיר 

פון בארא פארק...
מען פירט עם קיין ארץ ישראל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2005 15:23 לינק ישיר 

פון מאנסי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברוך דיין האמת הרה"צ רבי ישכר בער לייפער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext