בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

אברהם פריד - Baby Shalhevet

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/4/2005 06:07 לינק ישיר 
אברהם פריד - Baby Shalhevet
מצורף קובץ

אברהם פריד האט לעצטענס געזינגען ביי עטליכע קאנסערטס א נייע ענגלישע ניגון לע"נ דאס צען יעריג מיידעל שלהבת פס ע"ה וואס איז אומגעברענגט געווארן אין חברון דורך אראבישע טעראריסטן ימ"ש

די ניגון איז אויפ'ן זעלבן שניט ווי אסאך אנדערע פריד קלאסישע ענגלישע ניגונים ווי למשל My Fellow Jew, Don't Hide From Me וואס האט צום ערשט א שטילע רואיגע פאל, זייער הארציג און פיל מיט תוכן, און דערנאך כאפט זיך עס אביסל ארויף צו א העכערן פאל וואס איז ווי די סטעיטמענט פונעם ניגון און די פאנטש ליין

לדעתי איז פריד נומבער איינס ווען סקומט צו הארציגע ענגלישע ניגונים, ער האט א געוויסע סארט נאטורליכקייט און קען ארויס ברענגן די עמקות פונעם ניגון מיט הארץ און געפיל (דער איינציגסטער וואס איז געקומען נאענט דערצו איז שוואקי ביים ענגלישן מאמע רחל) אויף אן אופן וואס מרדכי האט קיינמאל נישט דערגרייכט, כאטש ביי שנעלע/לעבעדיגע ענגלישע ניגונים איז מרדכי יא בעסער

די הויכע פאל מיט די קוועטש ביי Your the giant heart of sacrifice דערמאנט מיר פון On Giants Shoulders, ספארמאגט געוויסע ענליכקייטן, און ביי כמעט אלע די ניגונים איז די מוזיק ממש ווי צווילינגס, געוואלדיג צוגעפאסט. די אפשטעל און קרעכץ מער צום סוף (2:50) איז אויך א געלונגען שטיקל. די תוכן, די ווערטער און די ניגון זענען פארפאסט געווארן דורך אברהם'לס ברודער ר' מאניס וועלכער איז שוין אויך באקאנט מיט זיין טאלאנט ווען סקומט צו ענגלישע ניגונים

מקען ערווארטן אז די טעיפ וועט מעגליך ערשיינען אויף פרידס קומענדיגע טעיפ (אויף וואס מווארט שוין בכליון עינים, אבער אברהם'ל גייט צו צו זיינע פראדזשעקטס מיט אסאך רואיגקייט און געדולד וואס איז א געוואלדיגע מעלה און דערקענט זיך שטארק אויף די קוואליטי שפעטער) און וועט נאך מסתמא זיין מער אויסגעארבעט און אויסגעפוצט

הגם די ניגון איז אביסל פארחברון'ט וואס בכלל איז געווארן א משוגעת די לעצטע פאר יאר ביי די אלע גרויסע זינגערס (אנגעהויבן פון מרדכי, פריד, דעדי און אנדערע) צו האבען אויף יעדן טעיפ עפעס א חברון ניגון, קען מען אבער זאגען אז די ניגון כשלעצמו און די מעסעדזש פון קדוש שם שמים איז א געלונגענע זאך

מקען דא דאונלאודען דעם ניגון צו הערן
http://www.col.org.il/pics/inbox/%2E146023%5F0631634%2Ewma
הערט און האט הנאה

דא איז א בילד פון פריד זינגענדיג דעם ניגון
קרעדיט: אשר ליצמן - חב"ד און ליין



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > אברהם פריד - Baby Shalhevet
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext