| נשלח ב-6/4/2005 02:18 |
|
| |
צדיק בא לעיר: טאהש'ער רבי קיין קרית יואל
* פון אישי *
קרעדיט: "גוט זאגער" און "ארענדאר"
איך שכינות'דיגן פורם "אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק" ווערט געמאלדן א פרייליכע בשורה אז דאס יהדות החרדית אין ניו יארק גרייט זיך צו ענטפאנגן דעם גרויסן גאסט
כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א
וועלכע וועט באזוכן אין קרית יואל צום עפענונג פון נייעם טאהשער ביהמ"ד דאהי.
די אכסניא וועט זיין ביי הנגיד ר' יודא גאלדבערגער ני"ו
ער וועט אויך אפשטאטן א וויזיט ביים קרית יואל'ער רב.
ביטע דאס אריינשטעלן אין חדשות אנ"ש
* עד כאן פון אישי *
ווייסט איינער מער פרטים?
איז די אינפארמאציע באשטעטיגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 05:10 |
|
| |
יוסל,
נעם ארויס דיין גראבע פונגער פון מויל (דו ביסט שוין צו גרויס פאר דעם) אין עפען אויף דיין פויסט, און שטעל ארויס דיין הענט, אזוי ווי איינער מאכט האלט!
יעצט פאוואליע בייג אראפ דיין קליינער פינגער, דאס זעלבע טו מיט די פינגער איינס נעבן די קליינער.
יעצט פארזיכטיג, בייג איין די גראבע פינגער אזוי ווי ביי הבדלה.
היצט בלייבסטו איבער מיט צוויי פונגערס אין די הייעך.
קוק דאס גוט אן, און אזוי זאלסטו אלעמאל טוהן ווען דו ווילסט זיך דערמאנען וואס "צוויי" מיינט.
יעצט אז איז האף אז די ווייסט שוין וואס צוויי איז, לאז מיך דיר זאגן: איך מיט מיינע אויגן האב מיטגעהאלטן צוויי שבתים אין קרית יואל, אינאיינעם מיט רמ"א ז"ל.
דו ערשטע מאל (איך געדענק נישט וועלכע יאר) האט רמ"א געפירט ליל שב"ק אין בנין עצי חיים - ישיבה קטנה, וואס שטייט אונטערן אויפזיכט פון ר' אהרן.
דאס צווייטע מאל, האט רמ"א געפירט סיי סעודת חקל תפוחין קדישין און סיי ס"ג אין פאליש פון דער ווייסער שול וואס שטייט אונטערן אויפזיכט פון ר' אהרן.
איך זעה אז מ'האט ערווענט קרעטשניף און בורשטין.
איך האב מיטגעהאלטן א "טיש" ליל שב"ק פונעם קרעטשניף'ער, אינעם זאל פון ת"ת וואס דרך אגב שטייט דאס אונטערן אויפזיכט פון ר' אהרן.
אויך פלעג איך מיטהאלטן שובבי"ם ס"ג מיט בורשטין רבי, אין זאל פון שאפינג סענטער, און לאמיר נישט פארגעסען אז דאס איז אויך אונטערן אויפזיכט פון ר' אהרן.
איידער איך ענדיג, יוסעלע, צוויי שבתים האט רמ"א געפירט אין ק"י!
געדענקסט נאך ווי אזוי מ'רעכנט אויס צוויי?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 23:32 |
|
| |
לאמיר דיר דערציילן אביסל היסטאריע
ר' משה ארי' איז געקרוינט געווארן אלס ירושלימ'ער רב יא סיון תשמ"ט, שבת שובה תש"ן ביי סעודה שלישית האט ער געפייערט מיט זיין דרשה קעגן די וועלכע וואס האבן געטשעפעט זיין שוואגער ר' מענדל טארים.
דעמאלץ איז געווארן אן אפיציעלער ריס צווישן חצר ר' משה ארי' מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א (איך וויל נישט אריינגיין און קיין דיטעל'ס איבער פארשטענדליכע סיבות).
זונט דעמאלץ איז ר' משה ארי' נישט געקומען קיין ניו יארק ביז אייר תשנ"ד, דעמאלץ האט ער געכאפט פאר ל"ד בעומר זיין עקסידענט.
יענעם באזוך נ"ד איז פארגעקומען א "קבלת פנים" פאר ר' משה ארי' און פראנט פון "התאחדות הרבנים" אויף דעוויזשן.
אויסער תשנ"ב ביים ברית פון זיין שטיף אייניקל, ווען דער ברית איז געווען און ילד.
דיינע שטותים פון יערמיאש איז אייגענע חלומות.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 22:23 |
|
| |
די האלסט דיך ביים ליגענט אז ר' משה ארי' איז נישט געווען אויף שבת אין קרית יואל זינט תשמ"ה. (דעמאלט האט מען ממנה געווען ר' אהרן אלס קרית יואל רב).
ביסט א וויסטער און א אפיגעריסענער נער.
איך געדענק קלאר אין פאליש ביי קידוש וועט עטליכע שלעגערס האבן אראפגעווארפן די שטריימל ר' אברהם יקותיאל יערמיאש, ווייל ער איז געווען א מתנגד, און דאס איז געווען אין תשנ"ג.
איך האב דיר פריער געשריבן, אז די ביסט נאך דעמאלטס נישט געווען קיין מקורב ביים הרמ"א, ווייל די ביסט געווארן דארט א בן בית ווען אביגדור האט געמאכט די מחלוקה.
הויכט וואס די ביסט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 22:07 |
|
| |
א. איך מעג זיין מחולק מיט דיר, און איך בין עומד על דברי אז ר' משה ארי' האט זונט אהרן איז געווארן רב און קרית קיינמאל נישט געוויילט אויף א שבת און קרית יואל.
ב. די דערציילסט מיר זכרונות פון אלס יונגל, וועמען פארקויפסטו דיינע ליגיונות.
ג. אויסשווארץ האט געשריבן אז ר' משה ארי' איז געווען נ"ה מיט נ"ג און קר"י האב איך איך עם געשריבן אז נ"ה מיט נ"ג איז ער נישט געווען בכלל און ניו-יארק.
תוקן על ידי - יוסף90 - 14/04/2005 22:14:05
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 21:23 |
|
| |
יוסעלע
כ'האב הנאה זאג עס איבער איינמאל אין נאכאמאל זאל יעדער זען ווי ווייט די ווייסט נישט וואס די רעדסט
כ'האב שוין געשריבן אז אלץ אינגעל אין בחור בין איך כמה פעמים געווען ביים ר'משה ארי'ס טיש אין "פאליש" פין די גרויסע ווייסע שיל
וואס מיינט "דו הויכט איינער" אין א אנדערע אשכול ריפסטע מיר אזוי אן
מעג איך דיר יעצט שרייען די הויכט איינער!! פאר דיין גראבע טעות אין נישט וועלן מודה זיין??
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 21:15 |
|
| |
אויסשווארץ
די ביסט אויך אריינגעפאלן און די פאסטאקע.
ר' משה ארי' איז געווען אין ניו-יארק די לעצטע צווי מאל נ"ד און נ"ו אין מיאמי.
זונט תש"ן ביז תשנ"ד איז ער נישט געווען און אמעריקע נאר נ"ב אויף דריי טעג אינמיטן וואך ביי יענעם ברית פון זיין אייניקל, וועלכע איז פארגעקומען און "ילד"
נ"ד און נ"ה (איבערהויפט אינמיטן די חמלה מערכה איז ער בכלל נישט געווען און ניו-יארק).
מיט עם הארץ אין היסטערי איז בכלל נישט ווערד זיך צו טענה'ען.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:46 |
|
| |
איך האב שוין מורא אז באלד וועסטו חלילה זאגן אז ר' משה ארי' האט קיינמאל נישט עקזיסטירט - וויבאלד קרית יואל'ער רב האט אים איבערגעגעבן דאס גרויסע ביהמ"ד אין תשנ"ג און תשנ"ה צו פירן טיש דארט.
די ביידע יארן געדענק איך קלאר אז ער האט געפירט טיש פרייטאג צו נאכטס אין פאליש פון ביהמ"ד הגדול.
די פאליש איז געווען פול געפאקט.
דעמאלט זעהט אויס האסטו נאך גארנישט געהאט מיט ר' משה ארי', ווייל ס'איז נאך געווען פאר די מחלוקה וואס אביגדור האט אנגעדרייט... (ערשט ביי די מחלוקה ביזטו אריינגעקומען אין בילד - ביטער אויף דיר).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:43 |
|
| |
דער בילד איז געווען אויף הייד פארק פאריאהר נאך א באזוך פון ר' אלימלך טאהשער רב אין קרית יואל, עס איז געווען מוצש"ק ביי א מלוה מלכה דארט אין טאהשער ביהמ"ד.
דער גאב"ד האט זיך דעמאלטס אויך געטראפןמיט'ן שארמאשער רב די טיר, וווי זיי האבן זיך באגריסט.
זעהט אויס די טאהשער באווייזן מופתים אין קרית יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:40 |
|
| |
יוסף90.בכל הכבוד
ביזסט אויפן קאפ געפאלן??
איך בין א יליד קרית יואל איך בין אימצאליגע מאל געווען ביים ר משה ארי'ס טיש אין "פאליש"
אזוי אויך ווער ער האט געפירט ביי מענדל שווימער
איך רעד שוין לאנג נאך דעם וואס קר"י רב איז געווארן רב בסך הכל בין איך אלט 28
דו הויכט איינער, זיי מודה אז האסט געמאכט א טעות
הויכט איינער
תוקן על ידי - getme - 13/04/2005 20:45:12
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:34 |
|
| |
ווארהייט מיט איין סאטמאר
איר זענט מיאוס אריינגעפאלן און פאסטאקע.
יעצט זאל יעדער זען וואספארע ליגענער'ס און שקרנים עטץ זענט.
זאל נאר ווייסן אז ר' משה ארי' איז זונט אהרן טייטלבוים איז געווארן רב און קרית יואל קיינמאל נישט געווען אויף א שבת אין קרית יואל, און ער האט קיינמאל נישט געפירט טיש און גרויסן ביהמ"ד אפילו נישט אינמיטן וואך.
איינמאל האט ר' משה ארי' געפירט טיש און "ילד" זאל, ביי א ברית פון אן שטיף אייניקל.
זאל כאטש יעדער זעהן וואספארא שקרנים איר זענט.
מ'בויעט שוין א שקר אז אהרן האט מסכים געווען, און דאס איז דאך יעדער מודה אז מ'האט געזען, און איין סאטמאר באקט א געקעכטץ.
אזא פנים טראגט איר, ואידך זיל גמור.
יעץ ווארהייט, נעם זיך שרייבן, יאשקע, פרויקע, גר פון ירושלים, וכו'.
די זאלסט אכטונג געבן למען השם נישט צו ענטפערן צום ענין, ווייל אנדערש וועסטו ח"ו ווערן נארמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 20:18 |
|
| |
אינגערמאן, קוק גיט אויפ'ן בילד, ר'אהרן מיט'ן טשאטער זיצן "נישט" ביי איין טיש.
דרך אגב, ווער ווייסט פון ווען די בילד איז? ר"א זיצט אויף א גרעסערע בענקל פון די אנדערע, לעבן אים (אויף איין טיש) זיצט ליזענסקער רבי, איך מיז וויסן פון ווען די בילד איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 19:54 |
|
| |
יוסעל די שרייבסט אז
ערשטע שקר, אהרן טייטלבוים האט מסכים געווען צו געבן דאס ביהמ"ד פאר ר' משה ארי'.
די לייקענסט אזאך וואס יעדער (אין אמעריקע) געדענקט, אז ר' משה ארי' האט געפירט טיש אין גרויסן ביהמ"ד?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 19:53 |
|
| |
נישט נאר אין טאש לעבט מען פאר זיך, נאר יעדער חדר איז ביזי מיט זיך, די צייטען אז איין קהלה איז בעלבית איז עבר בטל מן העולם.
אזוי דארף צו זיין יעדער קהלה האט זיך נישט אריינצומישען אין יענעם'ס פרשיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 17:00 |
|
| |
דאס בילד וואס דער בעלתשובה האט געברעגט איז טאקע אן אלט בילד - ס'איז געווען געפאוסט דעמאלטס בשעתו - אבער ס'איז פארט א ראי' צו מיין פוינט.
דהיינו אז אין טאהש לערנט מען אן אנדערע סדרה...
זעהט נאר ווי אפילו דער רב אליין קען זיצן מיט'ן טשאטער ביי איין טיש אין טאהש..
הוא הדבר אשר דברנו
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 06:17 |
|
| |
זאל דער עולם זען ווי די זאליס, ווי געווענליך, הענגן זיך אן אויף א שטרוי!
טאהש'ער רבי קומט קיין קרית יואל, דער רב באטייליגט זיך ביים קבלת פנים, דער רבי שליט"א ווייזט ארויס א מורא'דיגע הערצה אין כבוד פארן רב שליט"א, ער שטעלט זיך אויף און באגלייט איהם טראץ זיין שוואכקייט, נאכדעם שלעפט זיך דער רבי איז זיך מטריח אין גייט אראפ צום רב אין שטוב פאר א באזוך און שמועסט זייער פריינטליך...
און guess what, די אהרונים זענען די פארלירער!!
פארוואס?
1) דער רב איז געקומען קודם באזוכען דעם רבין, און נישט פארקערט!
2) דער רב איז אריינגעקומען פון אן אונטערטיר במחתרת!
3) דער רב איז געווען נערוועז!
4) אלמלי, העטעכפעטעך, ווען דער רב איז ווען רב הצעיר וואלט די טאהשער רבי, מסתמא, זיכער, אפשר, בכלל נישט געקומען.
אויב דאס מיינט נישט זיך אנגעכאפט אויף א שטרוי וואס מיינט יא?
אגב, אינטערסאנט, אלע רבי'ס קענען קומען אויף קרית יואל, אויסער איין רבי, סאטמארע רבי שליט"א! ער איז דאך דער רבי?! וואס גייט דא פאר?!
אויב די רבנים וואס קומען יעצט קיין קרית יואל וואלטן ווען נישט געקומען פאר 5 יאר צוריק, וואלט איך לאגיש געזאגט אז די סיבה דערפון איז ווייל משה בן פראדעל מיטן סאטמארע רבי שליט"א האבן עס פארלאזט און עס גענצליך איבערגעגעבן פארן רב שליט"א, דאס איז דאך די איינציגע זאך וואס האט זיך געטוישט אין קרית יואל.
תוקן על ידי - מקוה_איד - 13/04/2005 6:18:44
 |
|
|
|
|
|