בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

למען אחי ורעי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/4/2005 14:42 לינק ישיר 
למען אחי ורעי

איך האב דאס געשריבען אין די פורום ויזניץ http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1255231

יעצט ווענד איך זיך דא צו אלע וואס רופען זיך באבוב און וואס דער נאמען באבוב האט א חשיבות ביי זיי, אז זיי זאלען אויפהערן צו שרייבען וועגן באבוב.

למעשה זענען היינט פארהאן צווי אדמורי"ם וואס רופען זיך באבוב. אויב האלט איר נישט פון איינער דארפט איר נישט רעדן דערפון. אויב פילט איר אז איר מוזט רעדן און בארעדן דעם אנדערן צד טוט עס כאטש אין ביהמ"ד. פארוואס פעלט אויס צו שרייבען אויפען אינטערנעט לשמצה בקמיהם? טאמער זענט איר נישט חש לכבודו פון רבינו הק' זצוק"ל הכ"מ כאטש פארשעמטס נישט זיין הייליגען טאטן זי"ע.

גענוג אז מיר האבען פארלוירען דעם רוח אפינו משיח ה'. גענוג אז ויצא מן בת ציון כל הדרה און ביי אונז שלאגט מען זיך אויך. גענוג אז פרעמדע רעדן דערוועגן. גענוג אז ביי אונז אינדערהיים רעדט מען דערוועגן. אבער ברבים? אויב איז נגזר געווארען אז באבוב דארף חרוב ווערן פארוואס דארפען אונז עס אליין טוהן בידים?

למען כבוד בית אבא לא'מיר אויפהערן.

תוקן על ידי - A_JEW - 06/04/2005 14:44:37



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2005 15:42 לינק ישיר 

זייט ווען איז דא צוויי באבוב?
אז איך וועל מיך מארגן רופן סאטמארער רבי און איך וועל האבן אפאר משוגעים וואס לויפן מיר נאך מיינט עס אז סאטמאר איז יעצט דריי??????

יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2005 16:34 לינק ישיר 

אויף ענגליש זאגט מען יא קענט העוו איט באטה וועיס, עס איז דא איבער 100,000 קליקס אין דעם ענין, דעם עולם וועט שרייבן און ליינען ווי לאנג עס וועט זיין פרישע נייעס.די מינוט דערוייל איז נישטא וואס צו שרייבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2005 17:43 לינק ישיר 

יוסעלע


ביסט אלטס געווען זיס, אבער יעצט "ואת עלית על כולנה"!

זיי מצליח!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2005 18:34 לינק ישיר 

A Jew שרייבט:
"אויב איז נגזר געווארען אז באבוב דארף חרוב ווערן"

פונוואנעט איז ר' מרדכי דוד געוואויר אז עס דא א גזירה אויף באבוב, איך מיין אז ער האט אויפגעמאכט די מעשה, אדער אפשר איז עס געווען א גילוי דעת צו ר' ברוך חנה!
-----

A Jew ענדיגט צו:
"פארוואס דארפען אונז עס אליין טוהן בידים?"

די קשיא מוזטו טאקע פרעגן ר' מרדכי דוד! למעשה גאר די העלסטו עם צו מיט דיינע ידים!
-----

עניוועי ענק ארבעטן שווער אויף אויסצופירן די אויפגעמאכט אזויגערופענע "גזירה".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > למען אחי ורעי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext