| נשלח ב-8/4/2005 16:30 |
|
| |
עמערדזשענסי אסיפה אין בניני זופניק
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א דרינגענדע פארזאמלונג אין זופניק איבער דעם געפאר וואס הערשט איבער מצוות מילה.
עס האבן גערעדט:
ר' משה דוד נידערמאן
ר' מנשה פילאפף
ר' הערשל אשכנזי (ווער איז דאס?)
ר' ישראל דוד וויינבערגער
איינער ווייסט מער פרטים?
און וואס איז געבליבן, וואס איז די קומענדע אקציע?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 17:16 |
|
| |
ס'זעט מיר אויס אז מען מאכט א טומעל פון גארנישט, איך זע נישט אין די גויאישע צייטונגען קיין שום מהומות איבער מציצה בפה בכלל, דער גאנצער מדובר איז וועגן א מוהל הרב פישער וואס מען האט עם באשולדיגט אין איבער געבן א מחלה פאר א בעבי, למעשה האט די העלטה דעפארטמענט עם פארבאטן צו מאכן מציצה בפה, יא, ס' איז זייער גיט אז מען נעמט זיך אן פאר דעם מוהל, (אויב ס'איז באמת נאר בילבול) אבער לענ"ד דארף מען נישט איבער דרייען די וועלט ווי גלייך עס א גזירה אקעגן מציצה בפה, איך האב דאס נישט געזען, עס קען זיין אז איך מאך א טעות אבער אזוי זעט דאס מיר אויס.
אגב, איז ר' מנשה פיליפ א מומחה אויף מציצה בפה???
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 17:29 |
|
| |
די העלט דיפארטמענט האט אים פארבאטען צו מאכען מציצה בפה.
ווען איז דאס געשעהן? איז עס א נייער זאך?
געווענליך איז שווער צו זאגען אז די העלט דיפארטמענט וואלט אים גע'אסר'ט צו מאכען מציצה בפה אויב וואלט א ריזאלט נישט געוויזען אז ער איז קראנק אויף עפעס אנשטעקיג.
און אויב האבען זיי ארויף גלייגט אויף אים אן איסור אהן א באווייז אז ער איז אנשטעקיג, ווייזט אויס אז עס באמת יא א צרת הציבור, ווייל היינט איז עס אים, מארגען א צווייטען, און צוביסלעך וועלען אלע מוהלים ווערען איינגעגעבען. וואס דאס וועט ברענגען איז, אז היימישער מוהלים וועלען מורא האבען צו גיין מאכען א ברית נישט ביי א היימישער (אדער אפילו יא ביי א היימישער?), מחמת פחד אז טאמער וועט דאס קינד שפעטער קראנק ווערען, וועט מען אים קלאגען אין געריכט.
איך מיין אז די פרשה גייט טיפער ווי דער עולם כאפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 17:49 |
|
| |
לכאורה זעט אויס אז די רעזאלטס האבן יא געוויזן אז ער איז אנשטעקיק מיט עפעס א מחלה וואס קען איבערגיין דורך מציצה בפה, איך גלייב נישט אז זיי וואלטן עם פארבאטן אן קיין טעסט רעזאלטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 19:07 |
|
| |
די צרה איז אז די אלע מאדערע שולען לאזען מער נישט אריין קיין מוהלים וואס מאכען מציצה בפה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 19:38 |
|
| |
איז וואס וויל מען פון אונזער היימישן עולם, לפי דעתי זאל מען צוזאם רופן זייערע ראבייס און זיי מעורר זיין אויף די וויכטיקייט פון מציצה בפה, און דאס דארף געטוהן ווערן דורך די אגודת הרבנים אדער אן אנדערע קערפערשאפט וואס די דרויסענדע וועלט איז אינטער זייער השפעה, אבער דאס וואס די התאחדות הרבנים מאכט דערפון מטעמים איז לכאורה א טעות און דאס וועט בעקפייערן ווייל ביים המון עם איז התאחדות הרבנים אן עקסרעמע ארגאניזאציע און זיי וועלן במילא נישט נשפע ווערן פון זייערע מחאות און ווידער ביי אונזער עולם איז דאס במילא נישט נוגע מען וועט ווייטער מאכן מציצה בפה כמקדמת דנא..
תוקן על ידי - yosefelye - 08/04/2005 19:44:41
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 19:51 |
|
| |
געלט... געלט... און נאכאמאל געלט... זיי פעדעמען איין א מצב אז מען וויל עוקר זיין מצות מילה און מען דארף דאס ראטעווען במילא זאל מען... געבן געלט, די זעלבע איז געווען ביים עירוב, ביי די ארטיסטן, ביים גארביטש ריסייקלינג, ביים מאווי סטאדיא, אלץ איז געלט...
MARK MY WORDS עס גייט קומען א גרויסע געלט אקציע, צו ראטעווען מצות מילה, און די אלע צעטלען איז נאר די הקדמה דערצו.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2005 17:43 |
|
| |
יענקעלע
פאר $180.00 און העכער וועט מען אריינקריצן דעם נאמען פונעם נדבן אין יעדן קינד...
|
|
|
|
|