פאריגע וואך האט זיך אפגעשפילעט א סצענע ביים הויז פון סאטמארער רבי'ן, ווען פעדעראלע מארשאלס האבן זיך אראפגעלאזט אהין, און פארלאנגט צו רעדן צום רבי'ן.
עס איז געווארן א מהומה. אנגעהויבן פון יואלי גאלד, יודעלע וויינשטאק און די אנדערע שמיגעגיס זענען ווילד געווארן, זיי האבן שוין געמיינט אז די אהרונים האבן אונטערגעשטעלט א שטיקל קעגן זיי.
מ'האט זאפארט גערופן משה גבאי, דעם מייסטער קאפ און ער האט געפרעגט די מארשאלס ווער זיי זענען.
זיי האבן ארויסגענומען א בעדזש און געוויזן אז זיי זענען פעדעראלע אגענטן און זיי דארפן א אינטערוויו מיט'ן סאטמארער רבי'ן.
...פארוואס פרעגט ער, שוין זייער אנגעצויגן, און די בליט לויפט אים אין קאפ.
...ווייל נפתלי שלעזינגער האט געזאגט אז דער סאטמארער רבי האט אים געזאגט אז גאנץ פסח האט דעם זעלבן דין. און חול המועד פסח האט דעם זעלבן דין לגבי מלאכה ווי די ערשטע צוויי טעג, און זיי ווילן עס הערן פונעם רבי'ן.
משה גבאי האט געזאגט אז דער מצב פונעם רבי'ן איז זייער שוואך, און דער רבי קען נישט אויפנעמען קיין וויזיטארס.
נפתלי שלעזינגער האט גענוצט דעם רבי'ן אין זיינע קאורט פעיפערס אז מ'זאל אפשטופן זיין טרייעל אויף נאך פסח, ווייל חול המועד איז פינקט אזוי אסור צו טאן א מלאכה ווי די ערשטע טעג, און האט געזאגט אז דער סאטמארער רבי האט עס אים געזאגט.
פאלגענד וועל איך אראפברענגען וואס די רעגירנוג שרייבט דערוועגן און זיי דערמאנען אז זיי זענען געווען ביים סאטמארער רבי'ן משה טייטלבוים אבער דער סעקרעטאר האט נישט געלאזט אריינגיין ווייל דער רבי איז צי שוואך.
THIS IS VERIZON,
WE HAVE SOME NEW FEATURES FOR YOUR PHONE SERVICE
אלע זענען געווארן רויט ווי בוריקעס.
נשלח ב-11/4/2005 00:30
אויסשווארץ געדענקסט נאך ווען עטליכע וואכן צוריק אינמיטן דעם הייליגן טיש פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א איז א יונגערמאן צוגעגאנגען צו חיים שלמה פישער און אים געזאגט אז ער דארף מזכיר זיין א חולה.
חיים שלמה'ס פנים האט אויפגעלויכטן ענדליך וועט מען זען די מופתים גלויים פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א און גלייך צוגעלאזט דעם יונגערמאן.
ער איז צוגעגאנגען צום רב און אים געפרעגט די שייגעץ וואס די ביסט ווען וועסט ארויסגיין פון קאורט אטנקעגן דיין טאטן?
נשלח ב-11/4/2005 06:01
איך פארשטיי נישט וואס איז די בושה אז פעדעראלע אגענטן זענען געקומען צום סאטמאר'ער רבי'ן בעת א איד זאגט נאך אין זיין נאמען א הלכה,
קיינער איז דאך אים נישט געקומען נעמען אין תפיסה פאר קאנטעמפט אוו קאורט אזויווי זיין בנו בכורו האט געטוען ביי דעם קעיס פון יוסל וואלדמאן ווי אהרן האט געזאגט אז ער פייפט אן דעם שופט, אין דער שופט האט אים געלייגט אין קאנטעמפט אוו קאורט, אין געסטראשעט אז אויב נעמט ער נישט צוריק וואלדמאן'ס קינדער אין חדר, גייט אהרן אין חד גדיא,
אין אז דער גבאי האט אים נישט אריינגעלאזט איז דאך זייער נארמאל, פאר צוואנציג יאר צוריק וואלט מען אויך נישט אריינגעלאזט א פעדעראל מארשאל צו א רבי'ן עס פאסט נישט,
נשלח ב-11/4/2005 16:47
זיי האבן נישט אריינגעלאזט קיינעם ווייל די לעדל פון די "לאַלי'ס" איז מאמענטאל ליידיג...
נישא געזארגט, מען האפט בקרוב צו קויפן פרישע!...
נשלח ב-11/4/2005 20:03
מארקעז
וואס פארשטייסט יא?
אז א איד זאגט אז סאטמארער רבי האט אים געזאגט א הלכה איבער פסח, פארוואס לאזט מען נישט אריין די פעדעראלע מארשאלס דאס אליין פון הערן פונעם גרויסן צדיק און בעל הוראה.
געוואלד?
מ'קען דאך א טובה טאן א איד (!)
פארוואס לאזט מען זיי נישט אריין מיט
ווען די האסט א תירוץ, פליז זאג עס
און זיי מקיים דעם אל תמנע טוב מבעליו.