בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שווארץ-ווייסע ברילען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/4/2005 19:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

באטשי

רו רעדסט רעדסט (האסט דאך נישט קיין צייט) אבער קיין איין ווארט צום דבר

דעם שבת האב איך זיך גע'טענה'ט מיט איינעם איבער די שלש שבועות, יענער האט געשריגן, איך האב געשריגן, ער האט פרובירט קוועטשן מיט די גמרא אהין, איך אהער, אינמיטן זאגט ער, איך האלט פון מדינת ישראל, אבער כידוע פון א ויכוח ווערט קיינער נישט איבערגדערייט, סוף גיב איך אים א זאג, אפילו ווען איך זאל דיר אויפווייזן הונדערט פראצענט אז די מדינה איז קעגן די תורה, וועסטו דאך ווייטער האלטן וואס דו האלטסט, איז וואס איז שייך זיך צו מתוכח זיין? סתם א שאד די צייט.

האסט געפרעגט צי איך האב געקוקט די צד פון די אגודה און די מזרחי און פרייע ציונות, האב איך דיר געענטפערט, שרייבסטו א תגובה ווי גלייך איך האב נישט געענטפערט אויף דעם, און דו שרייבסט מיט אזא זיכערקייט אז דעם ניו טעסטאמענט האב איך נשט געלייענט, פון וואו ווייסטו? דו האסט א השגה וואס דאס איז, אבער דו רעדסט וואס מען האט דיר געהאקט אין קאפ?

איך האב געארבעט א שטיק צייט פאר מוסד וואס ראטעוועט פון מיסיאן, האק מיר נישט קיין טשייניק וועגן ניו טעסטאמענט! קיין איין ווארט קלעבט נישט צום צווייטן, זיי מאטערן זיך שוין עטליכע הונדערט יאר צו מאכן א "הארמאניע" צווישן די פיהר "בשורות" און עס גייט זיי נישט, נישטא קיין קשיות, נישטא קין תירוצים, וואס רעדסטו פון א זאך וואס דו ווייסט נישט? מן הפרט אני למד על הכל, דו רעדסט געהאקטע זאכן, האסט נישט ארויס קיין ענין עד הסוף, אבער אויף צו אטאקירן ביסטו גוט, איך זאל דיר יעצט דארפן ברענגען צענדליגער בלעטער צו מפרש זיין דעם רא"ש (כלל כ, סימןכ) וואס דו האסט געברענגט, אין לאדינו ביסטו סתם אזוי אן עם הארץ, מיין עלטער זיידע (איך בין זיין דוור רביעי) האט גערעדט לאדינו, ער האט מיר געזאגט אז די לאדינו פון מעם לועז איז אנדערש ווי די וואס ער קען, א שפראך טוישט זיך, ענגליש פון היינט איז נישט ענגליש פון פערציג פופציג יאר צוריק, נאכדערצו א שפראך וועלכע וואנדערט פון לאנד צו לאנד,

רעד נישט אבי גערעדט

דער רא"ש רעדט נישט פון מנהג ארץ ישראל, אויב האסטו די מינדעסטע ידיעה אין מנהג ארץ ישראל (כ'וועל עס רופן הקדמון) וועסטו נישט דרייען א קאפ אז מנהג אשכנז איז מנהג ארץ ישראל, כ'זאג נישט אז עס האט נישט פון מנהג ארץ ישראל-ירושלמי אין זיך, אבער דער מנהג ארץ ישראל איז נשתכח געווארן, פונקט ווי דער ירושלמי איז נזנח געווארן, און מען האט עס ניטאמאל געענדיגט מסדר זיין עד הסוף, אנדערש ווי דער בבלי, וואס מען האט געטון אלע השתדלות אז עס זאל נתפשט ווערן בישראל

איך קען דיר נישט דא ברענגען הונדערטער בלעטער, אבער אויב האסטו גראסמאן'ס חכמי אשכנז הראשונים, און פון תא-שמע מנהג אשכנז הקדמון, ליין עס אדורך, קוק די מקורות וואס זיי ברענגען, נאכדעם וועסטו ווייטער רעדן

אגב, דארט באפאסט ער זיך מיט די לעגענדע אז מען האט אויסגע'הרג'עט אלע קהלות וואס זשיד האט דערמאנט פריער עיין שם

און וואס דו טענה'סט אז מען רעדט אויף אידיש אין רוב ישיבות איז סתם שקר, אפשר אין לעיקוואוד און אין אסאך ישיבות אין ניו יארק איז די מציאות אזוי, אבער אין רוב ישיבות אין אמעריקע (דו האסט אן אהנונג וויפיל גרויסע ישיבות עקזיסקטירן אין אמעריקע?) זענען די שיעורים אויף ענגליש, און אין רוב ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל אויף העברעאיש, און אין די ישיבות וואו דער אפיציעלער שיעור איז אויף אידיש (וויל אין די ליטע האט מען דאס גערעדט, ווייל פון דייטשלאנד האט מען זיך צושפרייט איבער אייראפע) אבער די בחורים לערנען אויף העברעאיש

כ'האב שוין נישט קיין צייט, אבער נאך א נקודה כ'האף אז כ'שרייב גענוג קלאר. ווען א אדמו"ר היינט זאל זאגן א תורה און עס זאל שטימען אויף ענגליש, וואלט עס געווען אויפפאלנד, אבער אסאך פריערדיגע צדיקים (מן המפורסמים: בארדיטשוב, קאצק, פרימישלאן) האבן געזאגט ווערטלעך אויף פויליש, רוסיש, די לאנדס שפראך, אבער גערעדט האט מען אידיש, רבינו הלל האלט טאקע אז רעדן די גוי'אישע שפראך איז בכלל בחוקותיהם, אין ירושלים איז ארויס א איסור קעגן לימוד שפות זרות - און אידיש דייטש איז נישט געווען בכלל, וכן ביי די איסור פון זאגן דרשות אויף שפת לאומים איז אידיש דייטש נישט געווען בכלל, השרף ר' יהושע לייב דיסקין האט געזאגט פאר א מטורף וועלכער האט אנגעהויבן רעדן לשון הקודש אז אונזערע עלטערן האט גענומען דעם דיאלעקט פון די בייערן וועלכע איז אפגעשטארבן און זיך באנוצט מיט דעם צום רעדן, און די ווילסט עס איינטוישן אויף לשון הקודש?

אפגערעדט פון א שפראך שיצאה מעטו של רשע מישראל אליעזר פערלמאן (שכינה עצמו בן-יהודה) וואס האט א טומאה

--

און וואס שרייט דארט דער משוגענעראומפארשטענדליכע ווערטער, איך ווייז אויף אין א חיבור אז אלע מקורות וואס זיי ברענגען האלט נישט אויס, ומה כל הרעש?

--

צוריק צו באטשי, די הקדמה פון ספורנו אויף שה"ש (און נאך אנדערע שטיקלעך אין שה"ש) האב איך שוין פון לאנג געלערנט, דו נעמסט דעם מקור פון קושלבסקי, ער איז נעבעך צוטומלט, ער אליין זאגט אז די נבואה איז יא מקויים געווארן, די נישט, ער ווייסט נישט וואס טוט זיך, איך בין אדורך דעם גאנצן ספר ווען עס איז ארויס פון דרוק, נישטא קיין חידושים

בעיקר הדבר: ווען אין די תורה שטייט אז עס גייט קומען א תוכחה, אז אידן וועלן זינדיגן, וסרתם ועבדתם, און עס ווערט ליידער מקויים, מיינט עס וואס? אז דער רבוש"ע האט געשריבן אז ער האט געוואוסט אז אידן גייען זינדיגן, איז א שמחה אדער א טרויער?

אז די נביאים זאגן אז עס וועלן זיין אידן אין ארץ ישראל, און נאך וואס ער ברענגט דארט צוזאם, האסט דען א ספק אז די נביאים האבן נישט געוואוסט? און אז מען האט געוואוסט מיינט אז דאס איז א שמחה?

נאך עפעס. ווען צפת איז חרוב געווארן אין תקצ"ו, האט יעדער געזאגט די משנה "והגליל יחרב" - און וואס איז געשען? יא, הגליל יחרב, אבער מאן יימר אז דער חורבן פון תקצ"ו מיינט דעם חורבן? ווען עס זענען אדרוך עטליכע יאר האט מען געזען אז עס קען א גליל יחרב אהן דעם אז עס זאל זיין פון די סימני גאולה,

אלעס וואס שטייט פון די סימני גאולה וועט מען געוואויער וווערן למפרע, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט סוף הלכות מלכים, לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו, וואס קומט קושלבסקי דרייען א קאפ?

מענדל קאשער האט אויך געמאכט חישובי הקץ אין זיין ביכל, אבער ער איז געשטארבן פאר די אתחלתא דגאולה, ער האט נאר געזעהן די אתחלתא דפורענותא, הקמת מדינת ישראל

סוף דבר. עס האט נישט קיין טעם זיך צו מתוכח זיין איבער ציונות, יעדער וועט בלייבן ביי זיין מיינונג, עס קאסט אסאך צייט צו קלאפן אויף ה"פ, אן אז מען טוט גארנישט אויף איז א ברכה לבטלה, נאכדערצו אז מען ענטפערט אז איז ווי פרעה, עושה עצמו כאילו לא ידע, וואס איז דער תועלת?

--

מיר זענען שוין ארויס פון נושא פונעם אשכול, אבער זאלי האט מעורר געווען איבער א פרי מגדים (אגב דער נאמען אגרות נפלאות איז נישט זיינער, נאר פונעם דרוקער ודו"ק), כ'פארשטיי נישט געהעריג וואס ער זאגט, לאמיר ברענגען דעם שטיקל כהווייתו, נאכער וועל איך פרובירן פאשרטיין, בעזרת חברים:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2005 19:42 לינק ישיר 

מדינה ארויף מדינה אראפ,
who cares
אתחלתא דגאולה אדער סיומא דגלותא
who cares
פאלעסטינא אדער ארץ ישראל אדער ישראל
who cares
דאס איז אלעס א פארגאנגענהייט, עס איז מיר א חידוש אז עס איז דא מענטשען היינט וואס די זאך איז ביי זיי א גאנצע עיקר.

מאך געלט און לעב און א לעבן
because that is what matters.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2005 19:53 לינק ישיר 

סתם פאר אינטערעסאנטקייט:

וואלט מענדל קאשער היינטיגע צייטן אויך געהייסן אויפהערן זאגן הלל ה' אייר, אזויווי הרב ... ???

איך האב אמאל געהערט פון א בדחן, אז ביי די ערשטע גאלף קריג (נ"א) האט א קאבאליסט אין אר"י געמאכט א גאנצן חשבון אז די מלחמה וועט זיך אנהייבן אין חמשה עשר בשבט.

ווען דער טאג איז אדורך און די מלחמה האט זיך נישט אנגעהויבן, האט מען אים געפרעגט, "נו ???".

האט ער געענטפערט, "וואס בין איך שולדיג אז די אמעריקאנער קענען נישט קיין חשבון ?".

דא איז די זעלבע.
וואס איז קאשער שולדיג אז שרון קען נישט קיין חשבון ???...

-------------------
וועגן די ישיבות און אידיש.
כ'בין אמאל געווען אין סאוט פאולסבורג כאפן א מנחה, און די בחורים האבן געלערנט אויפן קול, "אביי אמר, אביי סעיד" וכו'.

איז צוגעגאנגען צו זיי א עלטערער חסיד'ישער איד וואס איז אויך דארט געווען, "עקסיוז מי, אביי דידנ'ט סעי, הי דידנ'ט נאו אינגליש"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2005 20:07 לינק ישיר 

איך האק אריין פאר באראפארקער

כ'בין אמאל געווען אויף דאטשע, האב איך געטראפן א איד וועמען די קענסט זיכער, (איך קען דיר שרייבן אין תיבה אישית), א עלטערע אדם חשוב אין באבוב. ער האט פלייסיג געלערנט דעם דף, איינמאל נאך שחרית איז געווארן א שמועס וועגן מדינת ישראל, ער רעגט זיך אויף, און זאגט:

אידן יודעים בש"ס האבן נישט גערעדט פון די ענינים.

רוף איך זיך אהן, ר' נ., אזוי?! סאטמאר רב איז נישט געווען קיין יודע בש"ס? ער האט געהאלטן לאיסור; דער קלויזענבורגער רב איז נישט געווען קיין יודע בש"ס? ער האט געהאלטן להיתר,

נאכמער, איהר וואוינט טאקע אין בארא פארק, אבער האט איהר קינדער אין ארץ ישראל? זיי גייען צו די בחירות? סיי וואס זיי זאלן טון, יא אדער נישט, נעמען זיי א מיינונג, און זיי דארפן וויסן צי מען מעג אדער מען טאר נישט, נישטא אזא מציאות צו זאגן, אז מען רעדט נישט, אז מען רעדט נישט פון כשרות, וועט מען נישט וויסן וואס איז נישט כשר, אז מען רעדט נישט קיין הלכות פסח, וועט מען נישט וויסן וואס מען דארף צו טון, איז וואס האט איהר דא געזאגט?

אפשר קענסטו ענטפערן פאר אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2005 20:11 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יעצט צום ענין פון קראקא

היות ווי דער הייליגער פרי מגדים האט געשריבן בקיצור נמרץ זיינע ספרים, וועלן מיר גיין טריט ביי טריט

אט איז א העתק פון ספר מתורגמן (נתחבר געווארן דורך אליהו אשכנזי, המכונה אליהו בחור המדקדק, בעל התשבי מסרת המסרת ועוד):




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2005 20:18 לינק ישיר 

אז מען האט שוין געמאכט א הלצה, וועל איך שרייבן נאך איינס

האדמו"ר מגור האט אמאל געזאגט תורה. צויי בחורים שטייען ביי די זייט, אן הערן זיך איין. וויבאלד דער הילכיגער "אמן" איז געהערט געווארן פונעם עולם, א צייכן אז אמירת תורה איז אריבער, פרעגט איינער דעם צווייטן:

ישראל, הבנת מה שהרבי אמר?
ענטפערט יענער:
כן, הבנתי, אבל מה זה אייבערשטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2005 00:25 לינק ישיר 

מלך בבל

האסטו אדריטע הלצה אין בלויע פארב

אז מען האט שוין געמאכט א הלצה, וועל איך שרייבן נאך איינס

האדמו"ר מגור - מסאטמאר האט אמאל געזאגט תורה. צויי בחורים שטייען ביי די זייט, אן הערן זיך איין. וויבאלד דער הילכיגער "אמן" איז געהערט געווארן פונעם עולם, א צייכן אז אמירת תורה איז אריבער, פרעגט איינער דעם צווייטן:

ישראל. הבנת מה שהרבי אמר?

ליפא, האסט שוין גענדיגט בוכהנען?

ענטפערט יענער:
כן, הבנתי, אבל מה זה אייבערשטער?


יא איך האב שוין גענדיגט אבער וואס מיינט דער חטא הידוע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שווארץ-ווייסע ברילען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.