| נשלח ב-13/4/2005 03:46 |
|
| |
יידישע שפראך = גוי'ישע שפראך
א מאדנע טויש האט פאסירט אין איירופע פאר 500 יאר צוריק, יידען האבען אנגעהויבען זיך באניצען מיט אן אייגען זשארגאן, וואס איז געמישט פון דייטש און נאך אנדערע איירופעישער שפראכען, ס'איז נישט קלאר ביז היינט וואס איז געווען דער שטיפ דערפאר, בפשטות איז דאס צופאל געשהען אן קיין אפציעלע תקנה (נישט ווי די שפעטערע גדולים ווילען זאגען).
פאר די תקופה, האט מען אין אלע לענדער גערעדט די לאקאלע שפראך, רש"י און בעלי התוספות האבען גערעדט פאר א דוגמה דייטש און פראנצויזיש, דער רמב"ם אראביש וכו'.
מאדנע דאס עס האט באקומען א קדושה ביי די היינטיגע חסידים, וואס זענען זיך מוסר נפש דערפאר.
מילא די יידישיסטישען וואס מאכען פון דעם א קולטור, קען מען עפעס פארשטיין.
די פראבלעם איז נישט קיין קליינער, מילא ווען חסידים וואלטען גערעדט א רייכע יידישיסטישער יידיש מיט א רייכער אוצר פון ווערטער, וואלט נישט געווען אזוי שלעכט, די פראבלעם איז דאס דער חסידישער יידיש איז זייער אן ארעמער שפראך, טראכט מען אויך אויך אויף א פרעמעטיווען שטייגער. און ווי פארשטייט זיך אז האבען א רייכער שפראך פארברייטערט די שכל פון יעדען מענטש, מען האט אסאך מושגים, און אטאמאטיש פארשטייט מען בעסער אן עסק, דאס איז דבר ידוע.
ס'האט זיך אויסגעשטעלט דאס דער היינטיגער חסיד איז פרעמעטיוו, אזוי ווי די באפעלקערונג פאר הונדערטע יאר צוריק. אפילו ס'כאפט זיך אריין פארשידענע ווערטער פון אנדערע שפראכען האט דאס נאך אלץ נישט אזא השפעה.
ס'גייט נאך ווייטער אזוי ווי דער חסידישער עולם לערנט נישט גרינטלעך אנדערע שפראכען, איז שווער צו טרעפען איינער וואס זאל קענען שרייבען אפאר ווערטער און א הויכע שטייגער, דאס ווייזט זיך שטארק ארויס דא אין היי פארק, לשון הקודש קענען זיין נישט (די אמעריקאנע) חוץ פון אביסעל ווערטער גענימען פון חומש און גמרא, ציהאקט און ציזעצט אן קיין גרעמאטיק (נעמט א דוגמה די מודעות און די יידישע צייטונגען וואס זענען געשריבען און לשון הקודש און אזוי ווייטער). ווייטער היברעייש קען מען דאך נישט, דאס איז דאך אסור ערגער פון עבודה זרה. און ענגליש לערענט מען נאר אזויפיל דאס דער דאקטאר זאל פארשטיין, אבער שרייבען מאן דכר שמיה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 05:09 |
|
| |
דא האט איר אביסעל אויף די היסטוריע פון יידיש:
אויף היברעייש:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9
אויף ענגליש:
http://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_language
איך וויל דא מאכען עפעס קלארער, פארשטייט זיך דאס אפילו פאר 500 יאר צוריק איז שוין געווען עפעס קליינע טוישענגען אין דעם דייטשען שפראך, אבער נאר און א גאר א קליינעם פארנעם וואס פאסירט ביי יעדען פארמאכטער פלאץ, אבער אויפען דראסטישען טויש פון רעדען אין אנדערע לענדער אין גאנץ איירופע, און למעשה שרייבען יידיש, איז נאר 500 יאר אלט.
תוקן על ידי - גרוינעם - 13/04/2005 5:15:37
תוקן על ידי - גרוינעם - 13/04/2005 5:20:19
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 04:58 |
|
| |
כ'האב נישט קיין כוח זיך אויפצושטעלען פון בענקעל און ברענגען צוטאטען, אסאך טינט פון פארשער זענען פארגאסען געווארען אויף די היסטאריע און אנטוויקלונג פון "יידיש", איך האב געשריבען בקיצור וואס איז היינט מקובל ביי אלע "חוקרי יידיש".
יידיש איז נישט געווען פאר 500 יאר, ווייל מיר טרעפען נישט, נישט אין קיין דאקומענטען אדער אנדערע פלעצער דעם שפראך פאר די יארען. יידיש האבען נישט גערעדט די ראשונים און פארשטייט זיך אויך נישט פארדעם, דאס שפראך האט נישט עגזעסטירט, האט מען גערעדט די לאקאלע שפראך. יידישע אורחים פון איין לאנד צום צווייטען האבען גערעדט איינער מיטען צווייטען לשון הקודש אזוי ווערט דערמאנט און ספר חסידים פון ר' יהודה החסיד. רש"י און אלע אנדערע ראשונים אין איירופע ברענגען אויב עפעס איז נישט קלאר, די לאקאלע שפראך, ווי פראנצויזיש, דייטש, און אזוי ווייטער, די גאונים דער רמב"ם און אזוי ווייטער האבען אפילו געשריבען א חלק פון זייערע חיבורים אין אראביש! אבער יידיש מאן דכר שמיה!
מיר טרעפען נישט אין ערגעץ פון דעם תקופה פאר 500 יאר צוריק דאס עס איז געווען עפעס א תקנה, מען קען דאס אויך זעהן ווי אזוי דאס האט פאסירט, די ערשטע דעקומענטען פון יידיש איז נאך רוי, איז רוב שפראך ממש דייטש. צוביסלעך ווערט דאס מער און מער א שפראך, דאס איז ממש א צופאל. אזוי ווי אין אנדערע שפראכען איז דא פארשידענע דיאלעקטען, איז יידיש א יידישער דיאלעקט פון דייטש געמישט פון אנדער שפראכען.
ווילט איר וויסען אביסעל מער, קוק אין אנציקלאפעדיעס און ביכער פון פארשער.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 04:12 |
|
| |
גרוינעם
מיטען פולסטען רעספעקט פארן נישט שרעקען זיך צו טראכטען וואס נאר, אבער עפעס שיינט מיר (לפי רוב תגובות שלך) אז די זוכסט צו פראוואקען דעם עולם, און איך פארשטיי נישט פארוואס.
הסבר
איר הייבט אן מיט א מורא'דיקען זלזול לגבי דעם עצם אידישע שפראך, אפילו אז ביי רוב מנין ובנין פין די ליינערס דא, איז ברור (ואולי בטעות--לא בדקתי) אז אידיש איז איינגעפירט געווארען דורך חכמי אשכנז פין "פאר" 500 יאר צוריק.
דערנאך שרייבט איר אז רש"י מיט די בעלי התוס' האבען גערעדט די שפראך פין די מדינה ווי זיי האבען געוואינט. קען זיין אבער מאן יימר?
דערנאך זענט איר ממשיך ווי מאדנע דאס איז אז געוויסע אידען זענען זיך היינט מוסר נפש דערויף. צו פרעגען אזא קשיא דארפט איר קודם אויפוויזען אז עס איז א מנהג של שטות.
דערנאך זענט איר מחשיב דעם אידישיסטישער קולטור..??? ולא יהר כהנת כפונדקס, אונזער קולטור איז אזוי יבש אז ס'איז נישטדא וואס מחשיב צו זיין און דעם? (טראכט אין דעם גוט אריין, לפי הבנתי וואס א פרופייל פין א מענטש די ביסט, וואלט דיר דער מחשבה אסאך ארויסגעהאלפען).
דערנאך זענט איר ממשיך מיט דעם גשמיות'דיקען פראבלעם וכו' . עס איז טאקע א פראבלעם וואס דארף ווערען אדורך געטוהן בכובד ראש, אבער פארוואס זאל מען אזוי אנלאדען א וויכוח
בכלל אויף די ערשטע חלקים פין דיין הודעה וואלט בעסער געוועהן אז איר שטעלט דאס אריין אין דערנעבענדיקען עצור כאן חושבים http://www.masoret.hydepark.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=1364
וואס דארטען וואלט איר געטראפען גענוג "מיימינים" ומשמאילים, אין מסתמא ווייסט איר אויך פין דעם פורום צו זאגען, נאר וואזשע דען? דארט אז איר וועט אריין שטעלען אייערע רעיונות (וואס זענען בד"כ נישט שלעכט} ווערט איר זיך דארפען אסאך בעסער צוגרייטען, נא, איז אדרבה, לאמיר זעהן "דארט" וואס איר קענט.
בכבוד רב
דזשיד
תוקן על ידי - jid_613 - 13/04/2005 4:20:36
 |
|
|
|
|
|