|
|
| נשלח ב-14/4/2005 22:02 |
|
| |
רבותי, וואס מיינט "הויכט"...
לעצטענס זע איך דא אויף היידפארק א נייע ווארט, איינער זאגט פארן צווייטן די "הויכט" וואס די ביסט, און לויט ווי איך זע איז דאס געווארן זייער א אויפגעכאפטער ווארט, ס' איז היפש פאפאלער געווארן,
היינט אינדערפרי אין די מקוה שרייט מיר איינער נאך "די ביסט א געזונטער הויכט", איך האב נישט געוויסט ווי אזוי צו ריעקטן, איז דאס א קאמפלימענט, צו א שפעט ווארט, איז דאס א ברכה אדער חלילה א ק..., דארף איך לאכן אדער ווערן רויט,
רבותי, ביטע העלפטס מיר, ווען נוצט מען דאס ווארט, קען איך למשל נאכן פרעגן מיין דיין א שאלה, זאגן א גרויסן יישר כח איר זענט א געלונגענער "הויכט", אדער פרייטיג צו נאכטס נאכן קבלת שבת ווען דער בעל תפלה האט זיך אויס געגארגעלט און מיר שפאצירט אויף די נערווען פאר אנדערהאלבען שעה, קען איך עם זאגן "די ביסט א געזינטער הויכט" רבותי, האטס רחמנות, איך בין "IN LOVE" מיט דעם ווארט, איך וואלט דאס זייער שטארק געוואלט ניצן, נאר איך ווייס נישט גענוי ווען און אונטער וואס פארא אומשטענדן מען ניצט דעם ווארט. PLEASE HELP.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2005 05:26 |
|
| |
נלע"ד הכוונה, אז הויכט איז בגימטריא נ' פין דער קנאקער אהן דעם נון.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 18:50 |
|
| |
פארוואס טאקען ענטפערט ער נישט וואס דאס מיינט, אויב איז דאס טאקע נאר א טעות זאל ער ענטפערן טעיתי און דאס וועט ענדיגן דעם גאנצן נארישן דיאלאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 18:40 |
|
| |
איך וועל נאך געבן איין טריי, איך האב א חשד אז יוסעלע פארשטייט נישט קיין אידיש וועל איך מיר ברעכן די ציין און רעדן צו עם אין זיין שפראך.
אדון יוסי, למה אתה לא עונה לי, אני צריך לדעת מה זה "הויכט", באיזה שפה זה, ומה משמעותה, ומתי משתמשים עם המילה הזאת,
תשמע, אל תחשוב שאני ככה סתם אוהב להתעולל עמך, זה באמת מאוד נחוץ לי לדעת זה ממש פקוח נפש, כן, כן, אני יודע שהזמן בישראל הוא כבר כמעט זמן הדלקת הנרות, אבל כבר ראיתי כמה פעמים שענית במשך השבת לדברים נחוצים מאוד, ע"כ תעשה עימי חסד ותענה לי כבר, אני מחכה כאן, תודה רבה ולהתראות.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 18:35 |
|
| |
סתם נאריש. דער גאנצער אשכול דארף אפגעמעקט ווערן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 18:25 |
|
| |
יענקעלע11
יוסעלע איז אליינס א "הויכט" ממילא וועט ער דיר קיינמאל נישט ענפלעקן וואס "הויכט" מיינט
פארגעס דערפין
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 18:04 |
|
| |
טוב_לכל
די ליידסט נעבעך די רמיזא קראנקייט, קודם שרייבסטו
דעמאלט'ס ווען ער האט געמאכט דעם טעות... קודם כל ווער איז דאס "ער", נאכער, פון וועלעכן טעות רעדסטו, די דריי פונטעלעך דערמאנט מיך גארנישט,
צוויטענס שרייבסטו און דו ווייסט גאנץ גוט ווער עס דינגט וועמען אויף וואס., איך האב נישט קיין אנונג וואס די מיינסט אז איך ווייס ווער עס דינגט וועמען, ביטע זיי מסביר קלאר און נישט ברמיזא.
איך פארהאנדל דא מיט יוסעלע וועגן א ניי אויפגעקומענע ווארט, און איך פראביר אזוי שווער צו פויעלן ביי יוסעלע אויסצוזאגן דעם סוד וואס דאס מיינט, און די אנשטאט מיר צו העלפן און די צייט פון נויט, קומסטו און רייסט מיך אראפ אן קיין שום רחמנות שרייבענדיג אז איך שרייב שטותים "אזוי ווי אלעמאל" איך האב נאכגעקיקט מיינע תגובות פון "אלעמאל" און איך זע אז אלע בלי שום יוצא מן הכלל איז געשריבן מיט קלוגשאפט און באזעסנקייט, און צו שרייבן אויף דעם דאס ווארט "שטותים" ברענגט א געוואלדיגן חשד אז די און יאשקע האבן עפעס א גאר נאנטן שייכות,
איך בעט דיך אויב האסטו עפעס צו רעאגירן טי דאס קלאר און דייטליך צו דער זאך, POINT BLANK און נישט מיט רמזים בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים. און אויב נישט, ביטע שטיי און דערזייט, און לאמיר ווארטן אז יוסעלע זאל רחמנות האבן און אטנטפלעקן דעם גרויסן סוד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 17:40 |
|
| |
דעמאלט'ס ווען ער האט געמאכט דעם טעות...
און דו ווייסט גאנץ גוט ווער עס דינגט וועמען אויף וואס.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 17:27 |
|
| |
טוב_לכל, איך גלייב נישט אז די ביסט גערעכט, ווייל אויב יא, פארוואס האט ער דיך געדינגען דאס צו ענטפערן ווען ער האט דאס געקענט שרייבן אז עס איז א בלויזער טעות, און נישט שרייבן זיינע שטותים פון "עפרא לפומיה", עפעס א פילינג האב איך אז דא ליגט א פארבארגענע זאך וואס ער וויל נישט ארויס געבן, און דאס ציט מיך נאך מער אן, איך מיז דאס געוואויר ווערן פאר עני פרייז.
BY THE WAY, רעד נישט ברמיזא, איך פארשטיי נישט וואס עס מיינט אז "ער איז דעמאלטס גערעכט געווען" ווען דעמאלטס???
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 17:04 |
|
| |
דו מאכסט זיך נאריש אויף שטותים, אזויווי אלעמאל.
ער האט געוואלט שרייבן "דו הונט", און עס איז בטעות געלונגען הויכט, און זייט דעמאלט'ס הערסטו נישט אויף זיך נאריש צו מאכן.
יעצט איז דאס שוין געווארן א גאנצער אשכול.
איך הייב שוין אן צו גלייבן אז ער איז געווען גערעכט דעמאלט'ס...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 16:22 |
|
| |
ר' יענקעלע, איך זעה אז יושקע 90 האלט זיך צוריק פון אנטפלעקן דאס באדייט פון דעם ווארט הויכט, עס מיז זיין א געוואלדיגער סוד פון די זאליס,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 00:44 |
|
| |
יוסעלע, דערבארעם דיך, נא, אך הפעם, זיי אזוי גיט און ענטפער מיר, וואס מיינט דאס ווארט "הויכט", פליעז פליעז... איז דאס א זאלונישער שפראך, א תולדות אהרן שפראך, א עברית שפראך, א ראמענישער שפראך, קאמאן, געב ארויס דעם סוד, וואס מיינט הויכט
COME ON...איך זאג דיר צו אז אויב די ענטפערטס מיר, גיי איך איינקויפן מיין פסח ארדער ביי ענקער סעד ועזר...
נאר זאג מיר אויס דעם גרויסן סוד...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2005 00:08 |
|
| |
יוסעלע, פליעז, פליעז, בבקשה, ענטפער מיר שוין, איך זאג דיר צו, איך וועל זיין דיין חבר, זאג מיר וואס מיינט "הויכט", ווי איך האב דיר געזאגט איך מוז דאס וויסן, פליעז... דער עיקר איך דארף וויסן אויב עס איז א גיטע זאך צו נישט, איך וויל נישט האבן קיין דורעכפאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 23:34 |
|
| |
יאנקעלע
האסט גוט צוגעטראפן
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 22:34 |
|
| |
סא יוסעלע, ווען הרב שלעזינגער שליט"א פון מאנסי, וואס האט פאר צוויי וואכן צוריק בעת זיין שיעור מוחה געווען א קעגן ראביי טענדלער בענין מציצה בפה, און האט געשריגן "עפרא לפומיה אויף דעם טענדלער, האב איך געמוזט צוריק שרייען "די הויכט", אדער "ער איז א הויכט", אדער ווען איך לערן די גמרא אין מסכת בבא בתרא דף ט"ז אמר רב עפרא לפומיה דאיוב חברותא כלפי שמיא (איוב ט) לו יש בינינו מוכיח ישת ידו על שנינו אמר רב עפרא לפומיה דאיוב כלום יש עבד שמוכיח את רבו (איוב לא) ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה אמר רבא עפרא לפומיה דאיוב איהו באחרניתא אברהם אפילו בדידיה לא איסתכל דכתיב (בראשית יב) הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את מכלל דמעיקרא לא הוה ידע לה (איוב ז) כלה ענן וילך כן יורד שאול לא יעלה אמר רבא מכאן שכפר איוב בתחיית המתים (איוב ט) אשר בשערה ישופני והרבה פצעי חנם צו דארף איף דאן אויסשרייען "הויכט", נאך א זאך, דארף איך דאס אויסשרייען יעדעס מאל וואס עס שטייט עפרא לפומיה אדער איז גענוג איינמאל פאר אלע,
נאכאמאל, יוסעלע, איז דאס א גוטע זאך אדער נישט, זיי אזוי גיט און שרייב דא צוויי דריי סענטענס (משפטים בלשונך) מיט דעם ווארט "הויכט" איך זאל וויסן וויאזוי דאס צו ניצן, ואל תמנע טוב... תודה רבה יוסעלע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2005 22:10 |
|
| |
דאס ווארט "הויכט" זאגט מען נאך ווען מ'הערט דאס ווארט "עפרא לפומיה".
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|