אזוי ווי די מערסטע הצלה קאלס קימען אריין בשעת שריפת החמץ האט זיך צוזאם גענימען חברת הצלה מיט חברת שומרים מיט א פלאן וואס עס איז פארגעשלאגען געווארען ביי דעם הויפט קאארדינאטאר פון הצלה ר׳ שלמה געלבשטיין נ''י
דער פלאן האט דעם הסכמה פון רבנים אז מען גייט אויפשטעלען דאמפסטערס אין מערערע גאסען מיט א אפיציעלע פייער שומר פאר די פאר שעה אויך וועלען די גאסען בלייבען ריין אהן חמץ וואס פלעגט זיין א עקעל אין יו''ט צו קיקען אויף די שטיקער חמץ וואס איז נאר האלב פארברענט
דער פלאן גייט בקרוב פארעפענטליך ווערען מיט פרטים
נשלח ב-17/4/2005 07:27
עס איז שוין געשטאנען די וואך אין דער איד
נשלח ב-17/4/2005 19:47
נא, ווער וויל טוהן א טובה פאר די גולשים וואס ווילען נישט שטיצען "דער איד" און אהער מעתיק זיין די רעיון?
נשלח ב-17/4/2005 20:17
איך האב געהערט אז דער איד שרייבט אז אזוי ווי עס איז שוין נישט בכדי שיעשו פאר די וואך פרייטיג, וועט מען דאס אי"ה צו שטעלן פאר פסח שני.
נשלח ב-17/4/2005 21:19
טוב לכל
עס איז אויך געווען באשריבען אין בלאט
דער פלאן ביזדערווייל ארבעט זיך נישט אויס ווייל די צייט איז צו קורץ צו טרעפען נדבנים פאר די דאמפסטערס
אויך וויל נאך נישט די סיטי סטארעדזען די דאמפסטערס א גאנץ יאר
היינט נאכט גייט זיין נאך א מיטינג
לויט דעם נייע פלאן וועט מען נאר ניצען בעריקעידס אין אלע אנדערע פייערס וועלען ווערען פארלאשען פון דו פייער דעפט.
די צרה איז אז יעדער קומט מיט א ריזיקע פעקל חמץ? פארוואס?
איז דען אזוי דער הלכה?
דער עולם ווייסט נישט אז ברויט דארט זייער א לאנגע צייט זאל ווערן דורך אין דורך שווארץ ווי קוילן.
(א גוטע עצה אז עס זאל זיך שיין פארברענען איז צו צולייגען 'לעכט' דאס גיבט צו אז עס זאהל לאנג ברענען.)
און דערצו זענען דא די אויסנוצער די וואס ווארטן אז דער שכן זאל מאכען א פייער נאכער קומט מען צו לויפען: "אפשר קענט איהר באשטיין צו ברענען מיינע חמץ אויך?"
כמובן זאג איך א גרויסען "בלא" איך וויל זעהן מיין חמץ ברענט איך לעש אליין אויס דאס פייער אין רייניג אפ,