אין קרית יואל האט מען לעצטענס אינסטאלירט די עלקטראנישע מקוה טיר סיסטעם וואס לאזט נישט אריין אום באצאלט.
אצינד באמערק אין אין אידישע אפסטעיט פורם א מחאה וואס די בני יואל האבן ארויסגעגעבן קען דעם.
איך וואלט מציע געווען פאר די מקוה אידן ווי עס איז דא א עלעקטראנישע טיר צו לייגען א מאשין וואס נעמט קרעדיט-קארד'ס.
אז יא סאפיסטיקעטעד זאל מען עפעס פארדינען פון דעם.
למעשה וועלן ביידע צדדים פארדינען.
נשלח ב-21/4/2005 23:05
ווער-בין-איך א ישר כח!
איך פארשטיי גאנץ גוט אז צו באהאנדלען די סארט 'קראנקע' איז גאר א שווערע פרשה. אין אודאי דארף מען זיי פארטרייבען פון מקוה.
אבער פאר קיין שום פאל בארעכטיגט דאס נישט לע"ד איינציפירען דער נייער סיסטעם פון באלעסטיגען דעם 'גאנצען' צבור. און אפשר אויב מ'מאכט עס מיט די אלע תנאים פון געבען 'פרייע' קארטליך פאר אורחים בחורים אין עניים איז אפשר דאס יא א פלאן,
אבל לבי אומר לי אז דאס איז נאר א מסוה, ווייל שפעטער ווי געוועהנליך איז א יעדער שמש מלא חנופה נאר פאר די גבירים וואס שטופען איהם כסדר מיט זייערע טיפ'ס, אבער די 'שלעפערס' זענען פאר איהם נאר א קאפ וויי, א טורח און א משא.
בארא פארקער
מיין 'דרכי נועם' צוגאנג איז נישט קיין הפקר ליבעראלע מה איכפת'דיגע. נאר איך האלט אז כידוע אפילו 'שלעק' העלפט אויך נישט!
מיר בלייבן נאר מיט אמונת חכמים כולי האי ואולי ה' ירחם וועט די עצה פון חז"ל העלפן. דהיינו שאין היצר שורה אלא בלב פנוי אין נאר לימוד התורה העלפט. [THERAPY MAYBE?]
OR CHEMICAL CASTRATION
or line 'em up against the wall and shoot 'em
איך טוה נאך אמאהל באטאנען אז מ'האט דא 'צוויי צדדים מיט גוטע סברות לכאן ולכאן איך אבער בין נוטה צו א בית מדרש וואס איז אעפן אין פריי פאר אלע. מכל הבחינות.
נשלח ב-21/4/2005 03:49
ליידער איז יוחי גערעכט, א בעזים וואס קערט שמוץ איז על כרחך אליין שמוציג מכף רגל ועד ראש, ייש"כ דזשיד/תריג פארן תניא סאיז ממש אזוי
און בכלל, פארשטיי כנישט וואס די גדר איז דא, פאר א גנב קען מאכן 10 טירן אבער בענק ווערן ווייטער באראבעוועט
if there is a will there is a way
א קראנקער דארף מען היילן, גארנישט עפעס אנדערש העלפט נישט
yinkerman, your 100% correct, ans its not a bisha, to ask money, just vakey tries it to make that vat hatznius is under it
נשלח ב-20/4/2005 19:48
בארא פארקער:
יוסי האט געזאגט >איך האלט נישט פון זייערע 'פתרונות' דהיינו לייגען א שוועריקייט אויף דעם גאנצען עולם צוליב די חוטאים. אין מיט דעים איז ער הונדערט פראצענט גירעכט זיי דארף מען געיבען מכות רצח נאר דאס פארשטייען זיי אזוי ווי עס איז גיווען אין בארא פארק א האלב יאר צוריק ווען מען האע אפגעשניטען איינעם די בארד און פיאות.
און די TURNSTYLES און די מקוואות זענען גימאכט נאר פאר געלט
נשלח ב-20/4/2005 18:52
יוחי:
קודם כל האב איך דאך געשריבן אז ווער עס קען נישט באצאלען אין מיין ביהמ"ד קען באקומען א קארטעל אומזיסט
just for the asking און עס איז Stickly Confidential
און וואס זאגסטו מיר וועגען ספרים און עיר קאנדישען אז עס קאסט געלט וכדומה... ווען איך האב געשריבן אז מען קען אריינגיין אין איעדע ביהמ"ד און ווילי אדער בארא פארק אומבאצאהלט האב איך דען געמיינט צו זאגן אז ער טאר נישט הנאה האבן פונעם עיר קאנדישען? דאס איז אזוי ווי די מעשה פונעם בעטלער וואס דער גביר האט איהם גענומען אויף זיין וואגען האט ער געהאלטן זיין זאק ווייל גענוג אז די נעמסט מיך דארפסט דאך נישט שלעפן מיין זאק אויך... דאס זענען דברים הבאים ממילא.
איך ווייס אז א מקוה איז "זייער א וויכטיגע" חלק פונעם חסידישען לעבן. אבער עס מוז האבען א שטארקע שמירה פון אייגענע און נאך מער פרעמדע משוגעים.
די וועד הצניעות תירוץ איז אבי געזונט,
מען מיינט תכלית "מאני"....
נשלח ב-20/4/2005 03:01
זאלי
ווי האסטו מיך געזעהן בארעדען 'ועד הצניעות'?
איך האלט נישט פון זייערע 'פתרונות' דהיינו לייגען א שוועריקייט אויף דעם גאנצען עולם צוליב די חוטאים.
ווייל די הגדרות האט נישט קיין גבול און די פתרונות העלפן גארניש.
דער פאקט איז אבער, ווען אנשים 'עסקנים' קומען צו א רב א מנהיג, גיבט ער זיי אלס נאך ...מכמה סיבות
1) ער ווארט קוים אז די אנשי הועד זאלען ארויס פון זיין שטוב, ווי לאנג זיי רעדען פילט ער ווי מערישקעס קריכען אויף זיין הויט.
2) רוב רבנים האבען נישט די GUTS צו זאגען ניין אז דער עצה איז נישט גוט. ווייל ער וויל נישט אויסקוקען ווי איינער וואס חטא הידוע איז ביי איהם א דבר של מה בכך. וד"ל.. און כדי צו זיין א 'צדיק' איז ער גרייט מיט צו שטימען מיט סיי וואס זיי שלאגען פאר.
זאלי
בוסט גערעכט מיט אלעמעם איבער דעם חומר הענין, אבער מיר מאכען א טעות כאילו מיר האבען אן עצה ותבונה מער ווי די פריריגע. עס איז נישט דא קיין שום עצה נאר נאך ציגיין די חוטאים אין בדרכי נועם נאך אמאהל און נאך אמאהל מדריך צו זיין אז ג-ט ברוך איז א גוטער איז מוחל לשבים אליו אין נעם זיך פאר צו זיין בעסער.