בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

ספירה/דריי וואכן טעיפס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2005 19:28 לינק ישיר 
ספירה/דריי וואכן טעיפס

בימי הספירה ווען מען קען נישט הערן מוזיק האט מען ב"ה די לעצטע פאר יאר ארויס געגעבן ספירה טעיפס וואס א חלק זענען זייער געלונגען און בארואיגט די נערוון, כגיי נישט אריין להלכה ווי אויסגעהאלטן סאיז אבער דא איז א רשימה פון ספירה טעיפס וואס כהאב געהערט אדער געזען

חסידיש:
חסידישע אוצרות 1-2
המזמרים - ספירה
רננו צדיקים
וואקאליש
שירה

--

לב טהור 1-2-3
די חברה - א קאפעללע
נחום סטארק
יוסי ראזענבערג (בריסקמאן)
יוסי גאלדשטיין - רבש"ע
קול זמרה
אם אשכחך ירושלים (סוקי-דינג)

סשווער אפצושרייבן א אנאליז אויף א ספירה טעיפ ווייל סנישט קיין נייע ניגונים און סנישטא קיין מוזיק, א ספירה טיפ זאל זיין שיין ווענדט זיך אין אפאר קריטישע זאכן, 1) סזאל זיין גיטע אויסגעקליבענע צוגעפאסטע ניגונים, 2) די כאר זאל זיין צאמגעשטעלט ווי סדארף צו זיין מיט די ריכטיגע סארט קולות, 3) די סאונד זאל טויגן

כוועל נישט יעצט אריין גיין באריכות אין יעדע טעיפ עקסטער נאר שרייבן בקיצור מיין מיינונג, פון די חסידישע איז חסידישע אוצרות געוואלדיג, שירה האב כנישט געהערט אינגאנצן אבער פון די שטיקלעך וואס מקען דא הערן בחינם זעט עס אויס צו זיין א געלונגענע טעיפ

פון די אנדערע איז לב טהור (בעיקר 3) אויסערגעווענליך, קול זמרה איז גוט אבער עקסטרעם, סטארק איז אויך נישט שלעכט, אם אשכחך ירושלים די בעסטע פון אלע

יעדער איז מכובד צו שרייבן זייער מיינונג און זאל מיר שוין זוכה זיין צו שמחת עולם על ראשינו בב"א



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/5/2005 20:44 לינק ישיר 

לב טהור 2 האט מוזיק

http://www.levtahor.com



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > ספירה/דריי וואכן טעיפס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext