איך בעט די וואס גייען קיין "וועסט פאונט" מיטהאלטן די "קאדעטס" פאראדע, אנא ואנא ווען איר זעהט אז דער עולם שטעלט זיך אויף און סאלוטירט זאלט איר דאס אויך טוהן.
איך דערמאן מיך פון דאס לעצטע מאל איך בין דארט געווען און איך זינק פאר בושה.
חסידישע אינגעלייט וואס אין מקוה דרשנען זיי מיט אייפער איבער די נחיצות פון ניצען מיליטערישע מאכט איבער די וועלט, און ווען עס קומט צו אפגעבן דעם פארמאלען הערצה פאר די מיליטער, האט ער מורא אז אויב וועט ער נוצן די רעכטע האנט אויף א סאלוט וועט ער דעם אנדערן טאג נישט קענען לייגן די הענט אויף די אויגן צו קר"ש...
דאכט זיך מיר אז ווען די ארקעסטרע שפילט דעם הימנע און די פאן גייט אריבער איז דער צייט וואס מ'שטעלט זיך אויף. טייל לייגן די רעכטע האנט אויפן הארץ, אדער ביים מקום חיבור הגולגולת עם הלחי. (אדער אפשר גאר ביידע אויפאמאל, איך געדענק נישט. אויב איינער ווייסט, ביטע מזכה זיין דעם עולם)
געדענקטס: דאס גלייכגילטיקייט רופט זיך זייער נישט שיין אן, ביי די ארומיגע. פירט אייך אויף איינשטענדיג און מיט שכל.
נעמטס אין באטראכט, דאס זענען די ציקונפטיגע קרבנות פון איראק!
|
|