בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סאטמער קליימער געפאקט מחללי שבת מערכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2005 06:32 לינק ישיר 
סאטמער קליימער געפאקט מחללי שבת מערכה

דער ביהמ"ד אין קליימער איז געפאקט מיט מענטשען עד אין אפס מקום וואס זענען זיך צוזאם געקומען הערן דרשות מהרבנים הגאונים וועגן די מחללי שבתות אין וויליאמסבורג וואס טראגען מכלומרשט מיט אן עירוב וואס קיינער ווייסט נישט ווי דאס איז אין עס האט נשיט קיין שום בעל מכשיר אויסער א האט ליין חוץ וואס א רשות הרבים דאורייתא וואס עס העלפט נישט קיין עירוב אין ועל כולם האבן דא געלעבט 65 יאר צענדליגער רבנים וואס האבן געפירט גרויסע קהילות אינדערהיים אין געמאכט עירובין איבעראל האבן זיי מיט זייערע אויגן איינגעזען אז עס איז נישט קיין מציאות צו מאכן קיין עירוב אין מען האט עס למעשה נישט געמאכט קיינמאל
אין אזוי ווי עס איז טויזענטער אידן אין וויליאמסבורג וואס זענען בשום אופן נישט מסכים מיטן עירוב (נישט קיין חילוק צוליב וואס פאר א טעם ) איז דער זיכוי הפת פאר זיי א חוב אין אזא פאל איז דער עירוב אפילו עס זאל זיין טויזענט פראצענט אויסגעגהלטען נישט קיין עירוב (וואס אפילו דער קלויזענבורגער האט אזוי געשריבען פאר זיינע חסידים9 אין די וואס טראגען מיטן עירוב זענען מחחללי שבתות לכל דבר
עס האבן אויפגעטערעטען כ"ק הגאון מקיוויאשד שליט"א הרה"ג רהלל וויינבערגער יו"ר וועד הכשרות של התאחדות הרבנים אין נאך רבנים עס איז געווען ממש א קידוש השם ווי דער עולם איז געשטאנען צושטיפט ביז צו די טיר אין עס איז פריש אנגעווארמעט געווארן די מערכה למען שבת קדשינו
ושמרו בני ישראל את השבת



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 00:54 לינק ישיר 

שופרשופר.

א טריפהנער חתונה זאל איז יא דא צו דאס לייקנסטו אויך?

עס אינטערסירט מיך נישט צו עס איז דא א עירוב, איך דארף עס נישט, אבער דו וועסט מיר מודה זיין אז די שמוציגסטע עלעמענטן אין שטאט פירען דעם מערכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 00:13 לינק ישיר 

שופרשופר

איך ווייס נישט ווי דו קענסט האבן אזא קלארע מציאות, ווען חז"ל זאגן אז לא ראינו אינו ראיה

זאג נאר, דער שוויתי וואס דו שרייבס דיך אונטער איז ביי דיר אויך אזוי קלאר?

נישטא קיין עירוב, נישטא קיין מדינה, נישטא קיין חלב, נישטא קיין ווערים, נישטא קיין שכל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 00:13 לינק ישיר 

א מין גערעדעכץ !
א איד וואס איז פון די גדולי הדור, קומען א פאר קליינע מענטשעלעך און שרייען אז זיין פסק איז גענצליך ווערטלאז ווייל ער האבן פיינט געהאט וכו' און ווער עס פאלגט אויס זיין פסק איז א מחלל שבת !
דאס איז סילוף התורה, ווי איז דא א מקור אז מען דארף נאכגיין דעם טעם פארוואס א רב פסק'נט, אגב, פון ווי ווייסט דו אז דיינע רבנים האבען נישט זייערע נגיעות אין זייערע פסקים, וא"כ אין לדבר סוף.
און אז ער האט פיינט געהאט איז וואס, עטץ האט א מאנאפאל אויף פיינט האבן, נאר עטץ מעגט פיינט האבען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2005 00:08 לינק ישיר 

איחודמעמבער

ביסט נישט ווערט צו ענטפערן אזא שטות. אבער במחשבה שנייה האסטו מסתם באמת נישט געטראכט קיינעם צו באליידיגן, ווייל ביי דיר איז אוודאי אנארמאלע זאך אז מפאסקענט הלכות נאר כדי דער אנדערע זאל פלאצן.

ליהוי ידוע לך אז ביי סתם אידן הייסט דאס על מנת לקנתר ונוח לו שנהפכה שלייתו על פניו.

יעצט לגופו של דבר.

לפי ידיעתי האט ר' פישעלע האט געשריבן א בירור אז דער עירוב איז כשר אפילו לשיטת הדברי יציב זצ"ל צוליעב עטליכע טעמים שאכמ"ל.

אויף דעם דעמאגאגישן שטות הגדול והנורא אז דער עירוב איז געמאכט "אונגראבן סאטמאר"

ענטפער מיר אויף די פאלגענדע קשיא.

אויב די עירוב מאכערס האבן נאר געמיינט איין ציהל: אונטער צוגראבן דעם בעל ויואל משה. נאך וואס האבן זיי אויס געגעבן אזוי פיהל געלט און כוח מפרסם צו זיין השכם והערב אז דער סאטמערער רבי זצ"ל האט נישט געהאט קיין התנגדות צום עירוב?

זיי וואלטן דאך אסאך מעהר דערגרייכט זייער ציהל אויב זיי וואלטן געשריבן אז ער איז יא געוועהן דערקעגן, נאר מ'פייפט אים אהן?

לכה"פ נישט רעדן פון דעהם אינגאנצן?

ענטפער מיר אויב דו האסט וואס. און אויב נישט זאלסטו מעהר נישט האקען קיין טשייניק מיט דיינע קינדערישע נארישקייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 00:05 לינק ישיר 

ותיטב ל.... משור פר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 23:56 לינק ישיר 

מיר האבן יעצט נישט קיין צייט מאריך צו זיין, און זיך מטפל צו זיין מיט אייערע שטותים און הבלים איה"ש עוד חזון למועד.

אזויפיל קען איך אייך יא זאגן אז:אין וויליאמסבורג איז קיין עירב נישטא )ליידער ה"י(. !!! - (איך וועל מפרש זיין מיינע ווערטער בעז"ה ביי א קומענדע געלעגנהייט לפי עתות הפנאי).

ר' פּישעלע הערשקאוויטש שליט"א האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין היקף העירוב איבער גאנץ וויליאמסבורג-ברוקלין [מיר וויסען דאס פון מציאות !!!



שויתי ה'' לנגדי תמיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 23:41 לינק ישיר 

שטותים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 23:37 לינק ישיר 

רבי פישעלע איז א וואוילער איד און א גרויסער תלמיד חכם אבער עס איז נישט קיין סוד אז ער האט פיינט געהאט בתכלית השנאה מרן הקוה"ט מסאטמאר זי"ע און זיין שטיצן דעם עירוב האט נאר איין ציל צו גיין קעגן סאטמאר רב זצוק"ל.
זיין אייגענער רבי דער קלויזנבורגער רב זצ"ל האט געשריבן א תשובה קעגן מאכן אן עירוב אין ניו יארק.
נו וואס דארפסטו נאך א גרעסערע הוכחה וואס זיין מיל איז???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 23:32 לינק ישיר 

איחוד,
יא..יא..ר' פישעלע איז א דעת יחיד..
ניין.....ער איז נאך ווייניגער וויא א דעת יחיד...
אן אויסגידארטער יוד וויא ר' פישעלע קען אפילו א דעת יחיד אויך נישט זיין..

צי האבען עפעס א דעת אין ווילי מיז מען זיין אויסגיפאשעט אזוי וויא.... דער בעל הבית אין ראדני..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 07:39 לינק ישיר 

זאגען אויף א גדול הדור "דעת יחיד" ??? אויף דיינע גדולים זאגסט אויך אזוי ?
צווייטענס די ווייסט גאנץ גוט אז עס איז נישט קיין דעת יחיד. פאפא, בעלז, באיאן, אדוואר וכו' אין ווילי, און די ארץ ישראל'דיגע און בארא פארק'ער רבנים מעגען אויך זאגען א דעה און די וואס ווילן טראגן מעגן זיי פאלגן, און זיי זיינען נישט קיינע מחללי שבת, עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל נישט מסלף זיין די תורה, שבת מיינט די ל"ט מלאכות, אמונה מיינט י"ג עיקרים, דעת תורה מיינט וואס דיינע רבנים זאגען, חדש אסור מן התורה מיינט נייע ווייץ פאר דעם עומר, עם ישראל מיינט אויך "נישט" היימישע אידן, צניעות מיינט באשיידנקייט נישט "סיעמס" וכו' וכו'. מאך נישט קיין חוזק פון די תורה פאר דיינע אינטערעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 07:34 לינק ישיר 

איחודמעמבער

אויב ר' פישעלע איז א דעת איז דער בעל ויואל משה אויך געוועהן א דעת יחיד.

אין נישט קעגן וויינבערגערס מיט פיליפאס.

נאר געגן ר' יונתן שטייף, קלויזנבורגער רב, ר מיכאל בער, פאפער רב, אמשינאווער רבי וגם חברי בי"ד שלו שארמאשער רב, טשאקעווער רב, סאמבאטעליער רב.

און ר' פישלע האט אפילו נישט קיין שקצים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 23:26 לינק ישיר 

רבי פישעלע איז א דעת יחיד אין וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 23:12 לינק ישיר 

ר' פישעל הערשקאוויץ שליט"א איז פון די גרעסטע גדולים\פוסקים אין אונזער דור, עס איז די גרעסטע חוצפה צו זאגען אז ווער עס טראגט מיט זיין הוראה איז א מחלל שבת.

עס איז אראפ א "קרענק" פון קנאות אויף די וועלט, קנאות מיינט פאליטישע אידישקייט. די זעלבע קרענק וואס די אראבער ליידן פון דעם. ווער עס וויל אמת'ע אידישקייט דארף זיין זייער קלוג נישט פארשלעפט צו ווערן.

אגב די רפואה צו די קרענק איז צו לערנען דעם דף היומי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 20:04 לינק ישיר 

נו דאן פארוואס האט מען צענזורירט די טעיפ? שטאלצירט מען זיך מיט וויינבערגערן אדער נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 17:50 לינק ישיר 

ווי איך הער איז די טעיפס פין די דרשה געגאנגען ווי מצה וואסער עס שוין יעצט ביי אריבער צוויי טויזענט טעיפס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סאטמער קליימער געפאקט מחללי שבת מערכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext